ב"ה,ל"ג בעומר, ה'תשכ"א
ברוקלין, נ.י.
צו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד איבעראל, און צו די אנטיילנעמער אין דער זעקסטער יערלעכער קאנווענשאן בפרט
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
די יערלעכע קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד שתליט"א איז האיאר באשטימט אויף די טעג גלייך נאך ל"ג בעומר - הילולא (דער יארצייט) טאג פון רבי שמעון בן יוחאי און וועט זיכער שטייען אונטער דעם רושם. איינער פון די גרעסטע תנאים - האט זיך אבער ר' שמעון בן יוחאי אויסגעטיילט דערמיט, וואס ער האט דעם סתים ופנימיות התורה - דאס פארבארגענע און די אינערלעכע ליכטיקייט און אינהאלט פון תורה - געלערנט און אנטפּלעקט דורך דעם זוהר, תיקוני זוהר א.ז.וו.
פנימיות התורה, איז פארבונדען מיט פנימיות ישראל - מיט דער אינערלעכקייט פון א אידן, פון דער אידישער נשמה - און שאפט די אינערלעכע פארבינדונג פון א אידן מיט ג-טליכקייט - ווי ר' שמעון בן יוחאי זאגט אין זוהר און עס ווערט ברייט ערקלערט אין חסידות חב"ד,
די פנימיות פון א אידן - דאס פּינטעלע איד - איז גאנץ בא אלע אידן, ווי זיין אויסערלעכער צושטאנד זאל ניט זיין און וואס די אויסערליכע אומשטענדען זאלן ניט זיין. מען מוז אבער דערוועקען דאס פּינטעלע איד סיי ביי זיך און סיי בא אלע ארום זיך, אזוי - אז דאס אינערלעכע זאל אנטפּלעקט ווערן, באווירקן און פולקאם באהערשן דאס אויסערלעכע ביז אין אלע פרטים פון טאג טעגלעכן לעבן. דאס איז פון די הויפּט אויפגאבן פון חסידים בכלל און פון חסידי חב"ד בפרט.
* * *
אין דער פארווירקליכונג פון דער דאזיגער אויפגאבע פארנעמען נשי ובנות חב"ד א גאר וויכטיקן ארט. ווייל די ג-טלעכע השגחה האט באשאנקען אידישע פרויען מיט ספּעציעלע אייגענשאפטן און מעגלעכקייטן וועלכע קענען און דארפן גענוצט ווערן פאר דעם צוועק.
די פרוי איז די עקרת הבית און איז פאראנטווארטלעך פאר דער אינערליכער ליכטיקייט און אידישער ווארימקייט פון דער היים, אזוי אז די אידישע היים זאל זיין געשיצט פון די אידישקייט-פרעמדע און אידישקייט-פיינדליכע ווינטן וועלכע בלאזן אין דער אויסערליכער וועלט.
דערצו איז א פרוי באשאנקען מיט א גרעסערער און אויסדריקלעכער מאס פון געפילען און הארציקייט, און זי איז דעריבער צוגעפּאסט צו דערוועקען און ארויסרופען די איינגעבארענע אינערלעכע געפילען פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.
* * *
די אנטפּלעקונג פון פנימיות ביז אז די פנימיות באהערשט דאס אויסערליכע און ביז אין טאג טעגלעכן לעבן - בריינגט דעם שכר מדה כנגד מדה (באצאלט - אין דעם זעלבן וועג) אז דאס אינערליכע און באהאלטענע פון דער ג-טלעכע השגחה, וואס איז דאך גוטסקייט אליין, זאל אנטפּלעקט ווערן ביז אין אלע באדערפענישן פון טאג טעגלעכן לעבן - געזונט, פרנסה און נחת פון קינדער - דאס פארבארגענע גוטע זאל אראפּקומען אין טוב הנראה והנגלה.
בברכה אז די קאנווענשאן און אלע חברות איבעראל זאלן דערפילן זייערע אויפגאבן מיט גרויס הצלחה בשמחה ובטוב לבב.
מנחם שניאורסאהן
ז'תרמ
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 339.


Start a Discussion