ב"ה, ט"ו בשבט, ראש השנה לאילנות תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף
ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

געפינענדיג זיך געציילטע טעג פון דעם יום הילולא יארצייט - עשירי בשבט - פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און אלס צוגאב צו די ערשטע רייד אין דער התועדות (פארבריינגען) אין פארבינדונג מיט דעם יום הילולא, מוצאי שבת קדש פרשת שירה, וואס אן אפּשריפט (העתקה) איז דא בייגעלייגט.

וויל איך אויך מיט דעם שרייבן באטאנען דעם ספּעציעלן זכות (און גלייכצייטיג אויך די אחריות) פון אידישע פרויען בכלל און פון נשי ובנות חב"ד בפרט, אין דעם אויספירען אין לעבען דאס געזאגטע אין דער שיחה, וועגען איבערגעבענהייט צום חינוך הקדוש פון אידישע קינדער.

ווי מ'זעט בפועל, אז חינוך און ספעציעל אין די גאר יונגע יארען היינגט אפּ הויפּטזעכליך אדער אינגאנצען אן דער פרוי.

און בכלל איז דאך בא אידישע פרויען קומען צום אויסדרוק אין א גאר שטארקער מאס די דריי מדות מיט וועלכע דאס אידישע פאלק איז אויסגעצייכענט: רחמנים ביישנים גומלי חסדים.

וואס די מדות פון רחמים וגמילות חסדים, זיינען דאך העכסט וויכטיג אין דעם חינוך פון קינדער,

און השי"ת זאל העלפען, אז איר זאלט טאן אין דאס אויבען געזאגטע אין גוטען געזונט און גוטער שטימונג - דורכגענומען מיט חסידות'שע ווארימקייט און ליכטיקייט און ער זאל אייך געבען הצלחה אין דעם.

און זיכער וועט דאס אויך בריינגען א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך אויך אין די פּריוואטע אנגעלעגענהייטען פון יעדער איינער מיט איר פאמיליע - שליט"א.

בברכה צו גוטע בשורות אין דעם אלעם אויבענגעשריבענעם.

ז'תקסח

סניף: נשלחה לכל הסניפים.

די ערשטע רייד: ראה גם אגרת הקודמת.