ב"ה, כ"ו תשרי, תשכ"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה שמואל שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף מיט דאָס בייגעלייגטע.

און ס'איז באַוואוסט דער חסידות'שער טייטש און דיוק אין דעם מאמר רז"ל, חשב אדם לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה (ברכות ו' ע"א), וואָס אין אַזאַ פאַל, איז נאָך אַ מעלה,

וואָרום אַז מ'טוט אַ מצוה קען זיך אַמאָל אריינמישען אין דעם אַ פני' און ענליכעס, ווען אָבער מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה, איז דאָס געטאָנענע פון הכתוב בשלימות ותכלית, וק"ל.

און דער זכות הצדקה זאָל ביישטיין אייך און אייער פרוי תחי' צו דער ערפילונג פון אייער האַרץ פאַרלאַנג אין די אַלע ענינים וואָס איר שרייבט.

בברכה לבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ז'תנו

מו"ה שמואל: ליובאשיצקי. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תקכז, ובהנסמן בהערות שם.