ב"ה, כ"ג מ"ח, תש"כ
ברוקלין.
מר חנוך העניך שי'
שלום וברכה!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף, פון יום א', מיט דעם גרוס וואס מ'האט אייך געבעטען איבערגעבען פון ארצנו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו.
איך דאנק אייך זייער דערפאר און אויך פאר דעם וואס איר האט פארצייכענט א ענין פון השגחה פרטית אין א פשוט'ן וואכעדיקען טאג, און ווי איר דריקט זיך אויס, אין א זייער פראזאישע פאסירונג, וואס פון דעם קען מען ארויסלערנען, אויף וויפיל די וועלט האט א בעל הבית, וועלכער פאסט אויף אף אלע זאכען, אויך די וועלכע זעהן אויס אויבעפלעכליך, גאנץ געוויינליך, וואס דאס מוז אויך צובריינגען צום געדאנק, וויבאלד דער בעל הבית פאסט אויף, אויף דעם, קענען דאך אויך די געוויינליכע פאסירונגען, אויב מ'זאל זיי אויסניצען ווי געהעריג זיין פון גאר גרויסער וויכטיקייט.
איך ווייס ניט אויב דער מאן וועמען איר האט געטראפען, האט אייך איבערגעגעבען פרטים וועגען זיך, לויט אייער שרייבען, זעהט אויס אז ער איז פון די, וועלכע מיר זיינען באוואוסט פילע פרטים פון זייער לעבען, און וועלכע זיינען אויך אויף טריט און שריט באווארפען מיט ענינים פון השגחה פרטית, אנזעהענדיק אויך מיט די פליישיקע אויגען.
איך וויל דא אויך באמערקען, אז דער אויבען דערמאנטער, האט באשלאסען צו פארען אין א קליינעם דארף, אום צו אנפירען און לערנען אידישע קינדער, אידישקייט און אויך א פאך, חאטש דאס איז פארבונדען מיט אפזאגען זיך פון פילע באקוועמליכקייט און אפילו פון ענינים הכרחים.
און השם יתברך זאל העלפען, אז דער ביישפיל זאל האבען זיין ווירקונג אויף אידען אומעטום וואו זיי געפינען זיך, צו טאן דאס, געבען מעגליכקייט אידישע קינדער לערנען אידישקייט לויט דער אנווייזונג פון תורתנו הק' תורת חיים, און מ'קען דאך ניט וויסען, די וועגען פון השם יתברך ס'איז דאך מעגליך, אז אט די טרעפונג, איז א אנדייטונג פון דער השגחה צו אייך, אז איר דארפט אנהויבען טאן אין דעם צווישען אייערע פריינד און באקאנטע, און אז מ'טוט אין דעם, איז דאך דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, און מ'זעהט אויך אז די שוועריקייטען זיינען פיל קלענערע ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, און די רעזולטאטען זיינען פיל מער ווי מ'האט געדיינקט.
איך וויל נאך אמאל באדאנקען אייך פאר דעם גרוס, און ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות.
בברכה.
ז'פז
מר חנוך העניך: דערמאן, ברוקלין.


Start a Discussion