ב"ה, ח"י מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען געזונט צושטאַנד און די לאַגע אין דער פאַמיליע שי', ווען איר וועט שרייבען די אידישע נעמען מיט דער מוטערס נאָמען, וועט מען אייך אַלעמען מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לויט דעם אינהאַלט פון אייער שרייבען.

וואָס איר פרעגט, וואָס איז דאָס געקומען אַזאַ ענדערונג באַ אייך אין פאַרגלייך ווי עס איז געווען פאַרן קומען אין ארץ ישראל, - בכלל ווערט ארץ ישראל אָנגערופן בתורתנו הק' מיטן נאָמען ארץ הקדושה, און ווי דער פסוק זאָגט, אז עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און דעריבער קומענדיק אין דעם הייליקען לאנד, דארפמען צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצות, ובקל וחומר ווען מען וויל קומען אין א לאנד, דארפמען א וויזה פון יענער לאנד, און קומענדיק אין לאנד, דארפמען זיך פירען לויט דער פירונג פון יענעם לאַנד, חאטש עס איז א אנדער פירונג ווי געוואהנט פריער, אזוי אויך און אין נאך א פיל גרעסערער מאס, אריינקומענדיק אין ארץ ישראל וועלכע רופט זיך פלטין של ממה"מ הקב"ה, און השם יתברך וועלכער איז א רחום וחנון ועצם הטוב, פארלאנגט ער ניט מער פון די כחות, און גיט פערשידענע געלעגנהייטען צו ערפילען זיין פארלאנג. אויב צוליב געוויסע סיבות איז דאס ניט געווען אזוי בא אייך ביז היינט, איז אננעמענדיק א פעסטען באשלוס צו טאן דאס, העלפט השם יתברך צו אויספירן דעם באשלוס, און דעריבער האף איך, אז ווי עס זאל ניט האבען געווען ביז היינט, וועט איר אננעמען גוטע באשלוסן אויף צו-צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצות [וואס ווי גוט מ'זאל ניט זיין אין דעם, איז דאך שטענדיג דא נאך ארט אויף צו-צוגעבען] און השם יתברך וועט ערפילען דאס וואס ער שרייבט אין זיין תורה אם בחוקותי תלכו וגו' וועט ער געבען ברכה והצלחה אין דעם אלץ וואס מ'נויטיגט זיך. און לויט ווי מ'שרייבט מיר אז אייער זון שי' לערנט בבי"ס חרדי, האף איך אז איר וועט טאן אויך ווייטער אין דעם גייסט, אז אלע אייערע קינדער זאלן אזוי ערצויגען ווערן וואס דאס וועט זיין א גוטע התחלה אין דעם אויבען געשריבענע ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

בייגעלייגט איז דא א טשעק פון איינע פון די קופות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכעס דעם אויסטויש זאלט איר צומישן מיט אייערע געלט, וואס דאס אייך בריינגען הצלחה אין דעם וואס איר באדארפט.

בברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.