ב"ה, כ"א טבת, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף:
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין פאַרבינדונג מיט דעם יום ההילולא - יאָרצייט פון הסתלקות כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, יו"ד שבט, הבע"ל.

וויל איך אויפמערקזאַם מאַכען די סניפים פון אגודת נשי ובנות חב"ד בכלל און יעדע איינע פון די חבירות בפרט, אויף אַ פאַסענדער צוגרייטונג צום יום הילולא,

וועלכע עס זאָל זיך אויסדריקען לויט דעם ווילען פון בעל ההילולא, אין אַ פאַרשטאַרקטע און פאַרברייטערטע אַרבעט אין די רייהען פון נשי ובנות חב"ד בפרט און נשי ישראל בכלל, אַן אַרבעט אין ענינים פון מצות ויראת שמים,

וואָס דאָס איז דער גרעסטער קורת רוח און פארגעניגען וועלכע מען קען פאַרשאַפען דער נשמה פון בעל ההילולא,

און ווי ער אַליין האָט דאָס זיינער צייט געשריבען - (נאָך דער הסתלקות פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מהורש"ב - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע), אַז רועי ישראל לא יפרדו מעל צאן מרעיתם (אידישע פירער און גייסטיגע בעשפּייזער, שיידען זיך קיינמאָל - אַפילו נאָך זייער הסתלקות - פון די פון זיי געפירטע און געשפייזטע שאָף).

אין צוזאַמענהאַנג דערמיט וואָס דעם יאָהר קומט אויס דער הילולא טאָג, שבת שירה פרשת בשלח - איז דא בייגעלייגט אַ שיחה (שמועס) ערציילונג פון בעל ההילולא, אין דעם,

און איך האָף, אַז מען וועט געפינען די פאַסענדע ערקלערונגען און ווערטער אויף קלאָר מאַכען פאַר אַלע פאַרזאַמעלטע דעם מיין (כוונה) פון דעם שמועס,

וואָס אויך דאָס וועט געוויס בייהעלפען צו דער פאַרשטאַרקונג און פאַרגרעסערונג פון אייער אַרבעט אין אַלע הינזיכטען, און השי"ת זאָל העלפען עס זאָל זיין בהצלחה.

מיט אַ וואונטש צו גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבען געזאָגטע, און אויך אין אייערע פערזענלעכע ענינים הן ובני ביתן שיחיו.

ה'נח

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 228 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

סניף: נשלחה לכל הסניפים.

האט דאס זיינער צייט געשריבען: אג"ק שלו ח"א אגרת עב.

א שיחה: אחש"פ תרח"ץ. נדפסה בסה"ש תרח"ץ ע' 277 ואילך.