ב"ה, ח"י אייר, תשט"ז

ברוקלין.

מרת מערי תחי'

ברכה ושלום!

... וואס אנבעלאנגט דאס דרוקען ווידער, דעם ספר הרקמה, רעכין איך אז עס איז וויכטיג צו פארעפענטליכען די צוגעגעבענע ראנד צושריפטען, וואס לויט ווי איך געדיינק אייער מאן ע"ה זיינע פּרעציעזע שטריינגקייט צו זיך אליין, און ספּעציעל צו זאכען וואס ער האט געטראכט צו פארעפענטליכען - פּובליצירען - מוז דאס זיין די צושריפטן פון אלגעמיינעם ווערט, און פון דעם שטאנדפּונקט, איז פילייכט וויכטיג איבערהויפּט צו פערעפענטליכען די ראנד צושריפטען צוערשט, און ניט צוזאמען מיטן איבערדרוקען אויך דעם גאנצען ספר הרקמה (וועלכע זיינען דאך פראנען, אויב אפילו אין א קליינע צאל עקסעמפּליארן), און ווען אפילו די ראנד צושריפטען, דארפען נאך בעארבעט ווערען, איז ווי עס פירט זיך אין אזעלכע פעלע, ווערט צוגעגעבען א באמערקונג, אז דאס איז א באשריפט פון ראנד צושריפטען, און דעריבער איז מעגליך אז א טייל איז ניט בעארבעט, און איך גלויב אז עס [איז] דאך בעסער צו פארעפענטליכען אין דעם פאָרם איידער צו אונטערדריקען גענצליך די בעמערקונגען - אויב עס זיינען ניטא די מיטלען, און קענענדיג אייער מאנס האנדשריפט, רעכין איך, אז דאס קאפּירען וועט זיין גרינג און מיט ווייניג פעלערן צו קארעגירען, אזוי ארום אז דאס דרוקען די ראנד צושריפטען, וועט ניט פאדערען צופיל קאסטען - עס וואלט מיר אינטערעסירען, וויפיל זייטען, אומגעפער, קען דאס ענהאלטען.

מיט א וואונש צו א געזונטען גוטען זומער און צו גוטע נאכריכטע אין דאס אויבען געזאגטע.

ד'שדמ

מרת מערי: ווילנסקי, סינסינטי. אגרות נוספות אלי' - לעיל חי"ב אגרות ד'פא. ד'קצג. לקמן ד'תרצז.

דרוקען ... הרקמה: ראה לעיל חי"ב אגרת ד'פא.