ב"ה, כ"ט מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

פרויען גרופּע פאר טהרת המשפחה אין פילאדעלפיא
ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

בנועם ובשמחה האב איך באקומען די ידיעה פון דער גרינדונג פון אייער גרופּע און אויך פון'ם צוטריט צו דער ארבעט ארגאניזירען א מעמבערשיפּ. און דער עיקר צו אנהויבען טאן בפועל, סיי צו ערקלערין די לעבענס-וויכטיקייט פון אפּהיטען טהרת המשפחה און אויך בנוגע דער מקוה אז זי זאל זיין ווי געהעריג אין אלע הינזיכטען. און עס איז באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין נאמען פון זיינע הייליקע עלטערען - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז עס איז א זיכערע זאך אז ערנסטע פּראפּאגאנדע בריינגט צו פעולות, און אז אפילו איין פעולה איז בעסער פון טויזענטער קרעכצין.

איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות, אז דער קרייז פון די באטייליגטע אין דער גרופּע ווערט אלץ מער גרעסער און ברייטער, און אז בכלל גייט די ארבעט מיט הצלחה.

און בפרט ווען מיר גייען אריין איצטער אין דעם חדש כסלו, אין וועלכען עס איז דער יום טוב פון חנוכה. וואס ווי עס ווערט דערציילט פון רבותינו ז"ל איז איינע פון די גזירות דענסטמאל געווען, אז אידען זאלען ניט האבען קיין מקואות. און השם יתברך האט באוויזען דעם נס, אז אלע אידישע פרויען האבען יע געהאט גוטע מקואות און האבען אויפגעשטעלט א דור ישרים יבורך, זאל דאס זיין אזוי ווי בימים ההם בזמן הזה, אז אייער ארבעט זאל זיין מיט הצלחה מופלגה בכל הפרטים.

בברכה.

ג'סו

זיכערע . . פעולות: ראה לעיל ח"ז אגרת א'תתעו ובכ"מ.

אפילו . . קרעכצין: ראה לעיל ח"ט אגרת ב'תתקמה ובכ"מ.