ב"ה, כ"ט מנ"א, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

...אויף אייער אנפראגע ווי פירט מען זיך בא אונז בנוגע לאזן פיאות בא אינגלעך,

דער מנהג איז, ביז 3 יאר שערט מען בכלל ניט די האר, ניט נאר די פיאות. פון דריי יאר און ווייטער - שערט מען די פיאות, איבערלאזנדיק דעם געהעריקן שיעור.

בייליגענד קבלה.