ב"ה, ראש חדש שבט, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די אפעריישאן זאל דורכגיין כשורה, און איר זאלט קאנען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם.

עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען איר קאנט האלטן בא זיך אין צימער אין שפיטאל א כשר'ע מזוזה, און אויך נעמען אויף זיך, אז באלד ארויסגייענדיק פון שפיטאל וועט איר אלע ערב שבת וערב יום-טוב געבן עפעס אויף צדקה פון רבנו מאיר בעל הנס, און זאגן יעדן טאג א קאפיטל תהלים אין לשון הקדש, אדער אויב דאס איז אייך שווער, דאן אין ענגליש.

איך האף צו הערן א גוטע בשורה, אז בא אייך גייט צו בעסערס, און פארענדיק בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר