א

אין אָנהויב פון פּרשת מקץ, און אַזוי אויך אין דער פריערדיקער סדרה, וישב, דערציילט די תורה וועגן חלומות: דער חלום פון פּרעה׳ן (אין פּרשת מקץ) און דער חלום פון יוסף׳ן, מיט די חלומות פון שר המשקים און שר האופים (אין פּרשת וישב).

די אַלע חלומות זיינען געווען סיבות וועלכע האָבן געבראכט צו גלות מצרים – דער שרש פון אַלע גליות1. אַזוי ווי אַלע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית, ממילא איז פאַרשטענדלעך, אַז דער מסובב – גלות, האָט אַ שייכות און איז ענלעך צו דער סיבה – חלום.

ב

די שייכות פון גלות צו חלום ווערט דערקלערט אין פאַרשידענע ערטער, און אויך אין תורה אור2, אַז חלום נעמט זיך פון כוח המדמה (פאָרשטעלונגס־כוח), וועלכער פאַראייניקט צוויי קעגנזאַצן צוזאַמען, ביז אפילו "פּילא בקופּא דמחטא" (אַן עלפאַנט אין אַן אויער פון אַ נאָדל), אויב ער האָט נאָר פריער געטראַכט וועגן דעם3.

אַזוי אויך אין דער צייט פון גלות, דוכט זיך אים אויס אַז ער האָט ליב דעם אויבערשטן און פונדעסטוועגן האָט ער ליב זיין אייגעגעם גוף – כאָטש ביידע זאַכן קענען גלייכצייטיק ניט געמאָלט זיין, ביז וואַנען אַז (ווי עס ווערט אין אַ צווייטן אָרט דערקלערט) ער קען ליגן אין תאוות און אפילו עובר זיין אויף דעם אויבערשטנס רצון.

פונדעסטוועגן, פירט ער אויס דאָרט אין תורה אור, זאָל מען ניט מיינען, אַז וויבאַלד אַז נאָכן דאַוונען קען ער טאָן פאַרקערט ווי ער האָט געהאַלטן אין דאַוונען איז אַ ראי׳ אַז זיין תפלה מיט די תורה ומצות זיינען גאָרנישט, – איז דאָס ניט אַזוי. דער שרש פון חלום איז פון זייער אַ הויכן אָרט און דאָס לייכט בזמן הגלות דוקא (יעו״ש בארוכה).

ג

די דערקלערונג דערפון אין עבודה בנפש האדם איז:

ביי יעדער אידן איז דער נפש האלקית אַלע מאָל גאַנץ. די תורה ומצות וואָס אַ איד טוט זיינען אייביק – לעולם ועד4. דאַקעגן די ניט ריכטיקע זאַכן וואָס ער טוט זיינען מער ניט ווי צייטווייליק (ווייל יעדער איד וועט דאָך סוף־כל־סוף תשובה טאָן), במילא איז אויך איצטער זיינען זיי ניט קיין דבר של קיימא (שטענדיקע זאַך), און אַזוי ווי נהרות המכזבין5 (טייכן וועלכע טריקענען אויס).

און דערפאַר קען ניט דער רע איבערוועגן חס ושלום דעם טוב, ווייל ער איז ניט קיין דבר של קיימא, דאַקעגן דער טוב איז אַלע מאָל גאַנץ.

און אין דעם איז דאָ אַ מעלה אין זמן הגלות אויפן זמן הבית: אין זמן הבית האָבן געלויכטן די כחות "פּנימיים" (אינעווייניקסטע כוחות) פון דער נשמה6. און אויף דעם איז דאָ אַ הגבלה (באַגרענעצונג), דערפאַר טאָר אַ טמא ניט אַריינקומען אין מקדש. אָבער אין זמן פון גלות לייכטן די כחות מקיפים פון נשמה, און אין דעם זיינען ניטאָ קיינע באַגרענעצונגען, אַזוי ווי עס שטייט: השוכן אתם בתוך טמאותם7.

ד

די הוראה בפועל פון דעם איז:

ניט ווי די וועלכע האָבן אַ טעות און מיינען אַז דער איינציקער מעגלעכער וועג איז גיין מיט אַ מסודר׳דיקער עבודה פון גרינגער צו שווערער, און כל זמן ער איז ניט פאַרטיק מיט די ערשטע טרעפּ קען ער ניט אָנהויבן טראַכטן וועגן די העכערע טרעפּ. דאָס וואָלט געווען ריכטיק אויב אַלע ענינים וואָלטן געווען ביי אים מסודר׳דיק. וויבאַלד אָבער אַז "היינו כחולמים",
קען מען, און דאַרף מען, טאָן יעדע עבודה אין עבודת ה׳ וואָס קומט צו דער האַנט, לויט דער אָנווייזונג פון רז״ל8, חטוף ואכול חטוף ואישתי.

און אפילו דער וואָס איז אין אַזאַ מצב וואָס אויף אים שטייט9 "אי אפשר... להתחיל לעבוד ה׳ בלי שיעשה תשובה על העבר תחלה", פונדעסטוועגן פּסק׳נט דער אַלטער רבי אין תניא10 – פּנימיות התורה, און אין שולחן ערוך11 – גליא דתורה, אַז אויך ער זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצות. כאָטש אַז דערווייל איז ער מוסיף כוח גו', מכל מקום איז ער דאָך זיכער שלא ידח ממנו נדח, און דעמאָלט וועט דאָך אויך זיין תורה און מצות צוריקקערן זיך מיט אים.

ה

דאָס אַלץ איז ניט נאָר בנוגע גליא דתורה, נאָר אויך בנוגע פּנימיות התורה און אירע מנהגים און פירונגען, און לויט דער אָנווייזונג פון רז״ל: חטוף ואכול (– גליא דתורה, וואָס איז געגליכן צו לחם12), חטוף ואישתי (– פּנימיות התורה, וואָס איז געגליכן צו מים13).

הגם אַז מיט דורות פריער האָט מען ניט געקענט אָנהויבן לערנען פּנימיות התורה ביז מען איז פריער דורכגעגאַנגען כמה וכמה הכנות, איז אָבער אין די היינטיקע דורות "מצוה לגלות זאת החכמה"14 (אַ מצוה צו אַנטפּלעקן די דאָזיקע חכמה), ובפרט, נאָך דער התגלות פון תורת החסידות דורך דעם בעש״ט און כ״ק אדמו״ר הזקן און זייערע נאָכפאָלגער, איז דאָס געוואָרן אַזוי ווי אַלע חלקים פון תורה וואָס יעדער איד איז דאָך מחויב לערנען אַלע חלקים פון תורה15.

ו

און דורך דער הנהגה פון חטוף ואכול חטוף ואישתי, אַז מען וועט זיך ניט רעכענען מיטן אייגענעם צושטאַנד צי מען האַלט דערביי צי ניט, נאָר מען וועט האַלטן אין איין מערן אין תורה ומצות (וואָס דאָס איז ענלעך צו דעם ענין פון חלום כנ״ל),

– איז דורך דעם מערן דעם אור פון תורה ומצות גופא, נעמט מען אַוועק דעם גלות-שלאָף און מען ברענגט דעם אמת׳ן אור הגאולה, הוי׳ יהי׳ לך לאור עולם16, אַזוי ווי מען זעט אַז בשעת עס ווערט ליכטיק כאַפּט מען זיך אויף פון שלאָף.

ז

און דאָס איז די אָנווייזונג פון דעם וואָס חלומות זיינען געווען אַ סיבה צו גלות מצרים און יציאת מצרים.

גלות מצרים איז געווען דער שווערסטער גלות, דערפאַר ווערן אַלע גליות אָנגערופן מצרים17, פונדעסטוועגן איז מען דוקא דורך דעם גלות צוגעקומען צום "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"18.

אַזוי אויך אין איצטיקן גלות, כאָטש די גאַנצע עבודה אין דער צייט פון גלות אין אַן ענין פון חלום, פונדעסטוועגן, איז אדרבה, מצד דעם גופא וואָס עס איז אין אַן אופן פון חלום, קען מען זיך אַרויפכאַפּן צו אַ העכערער מדריגה, אין אַן אופן פון איבערשפּרינגען, און מערן דעם אור פון תורה ומצות, וואָס דאָס נעמט אַוועק דעם שלאָף פון גלות און ברעגגט צום "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות״19, בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו.

(משיחת חג הגאולה, י״ט כסלו, תשי״ז)

ח

דער דערמאָנטער ענין – אַז דורכן גלות דוקא ווערט אַ גרעסערע עלי׳, איז מרומז אויך אין היינטיקער סדרה, אין דעם טעם פאַרוואָס אפרים איז אָנגערופן געוואָרן מיט דעם נאָמען, ווייל "כי הפרני אלקים בארץ עניי". דורך ארץ "עניי" (אָרעמקייט) דוקא איז געוואָרן דער הפרני (מערן מיך), אַ תוספות אור אין יוסף׳ן.

די מעלה פון יוסף פאַר זיך אַליין איז זייער אַ הויכע. און ווי דערקלערט אין תורת חיים20 און אין פאַרשידענע ערטער דער טעם פאַרוואָס יוסף איז באַשטראָפט געוואָרן פאַר דעם וואָס ער האָט געמאַכט כלים אין טבע, כאָטש אַז יעקב האָט אויך אזוי געטאָןכ*, ווייל יעקב איז געווען אין סדר השתלשלות, האָט ער מורא געהאַט שמא יגרום החטא21, דערפאַר האָט ער געדאַרפט מאַכן כלים אין טבע, אָבער יוסף צדיק עליון, האָט מצד זיין מדרגה ניט געדאַרפט מורא האָבן פאַר קיינע ענינים און ניט געדאַרפט אָנקומען צו טבע.

ד. ז. שטייט דאָרט אויך – אויפן פּסוק ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו – דער טעם, פאַרוואָס זיינען די שבטים, אַזוי אויך די אָבות, געווען רועי צאן (פּאַסטוכער), אָפּגעזונדערט פון וועלט, בכדי אַז וועלט זאָל זיי ניט שטערן.

אָבער יוסף איז געווען אין אַזאַ מדריגה, אַז ער האָט געקענט זיין אין וועלט, אַ הערשער אין מצרים, אַז "בלעדיך לא ירים איש גו׳", וואָס אין מקרא יוצא מידי פשוטו, יעדער מצרי ווען ער האָט געוואָלט אָנטאָן כלי זיין האָט ער געדאַרפט פרעגן ביי יוסף׳ן, און כאָטש יוסף האָט זיך דערמיט פאַרנומען, איז ער בשעת מעשה געשטאַנען בתכלית הדביקות באלקות.

נאָך דעם אַלעמען, דורך וואָס איז ער צוגעקומען צו ״הפרני״ – דורך "בארץ עניי" דוקא.

ט

דער דערמאָנטער סיפּור מיט יוסף׳ן איז אַן אָנווייזונג צו אַלע אידן, אַז דער ענין פון ירידת הנשמה בגוף אין עולם הזה בכלל און אין דעם זמן הגלות בפרט, איז דאָס ניט ח״ו אויף מאַטערן זיך, נאָר אין דעם איז פאַראַן א באַזונדערע מעלה.

דער תכלית22 פון השתלשלות העולמות איז ניט צוליב די עולמות העליונים, וויבאַלד אַז פאַר זיי איז עס אַ ירידה מאור פּניו יתברך, נאָר דער תכלית איז אין עולם הזה התחתון דוקא, וואָרום אין עולם הזה שטייט דער כוח העצמות.

און אין עולם הזה גופא – האָט מען פאַר גלות מצרים ניט געקענט מקבל זיין די תורה, נאָר דוקא דורכן כור הברזל פון גלות מצרים איז מען געוואָרן כלים אויף קבלת התורה, און ווי עס דרש׳נען23 רז״ל, אַז פאַרוואָס האָבן אידן מקבל געווען די תורה –
ווייל למצרים ירדתם גו'.

י

און דאָס איז אויך וואָס עס שטייט24 ואנכי תרגלתי לאפרים:

ביי מתן תורה שטייט25, אַז אויב עס וואָלט געווען ששים ריבוא חסר אחד – זעקס הונדערט טויזנט ווייניקער איינער – (ווען דער אחד וואָלט ניט געווען) וואָלט ניט געגעבן געוואָרן די תורה חס ושלום אפילו צו משה׳ן. וואָס דאָס איז דאָך מרומז אין פסוק26, שש מאות אלף רגלי העם אשר אנכי בקרבו, אַז דורך דעם וואָס עס זיינען געווען אַלע שש מאות אלף, אויך די רגלים (פיס), און דער עיקר די רגלים (ווי עס ווערט אין אַן אַנדער אָרט דערקלערט די מעלה פון רגל – קבלת עול), איז געגעבן געוואָרן די תורה וואָס הויבט זיך אָן מיט אנכי, אַז עס איז נמשך געוואָרן דער "אנכי" צו משה׳ן.

דערפאַר איז בשעת דער פּסוק רעדט וועגן אפרים׳ן, וואָס זיין ענין איז כי הפרני אלקים בארץ עניי, אַז דורך מצרים קומט מען צו צום תכלית העילוי פון מתן תורה, זאָגט ער אויף דעם – ואנכי תרגלתי לאפרים, אַז דורך "תרגלתי" לשון רגל, – ד. ה. די עבודה פון קבלת עול, – דורך דעם קומט מען צו צום אנכי מי שאנכי.

(משיחת חג השבועות, תשי״ג)