אין גמרא1 איז דאָ אַ פּלוגתא וועגן דער כפּרת עוונות פון יו״כ: די רבנן זאָגן: "יוה״כ אין מכפּר אלא על השבים" (יום כיפּור איז מכפּר נאָר אויף די וואָס טוען תשובה) און רבי זאָגט: בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה יוה״כ מכפּר" (סיי ער האָט געטאָן תשובה און סיי ער האָט ניט געטאָן תשובה איז יו״כ אויף אים מכפר), ווייל "עיצומו של יום (דער עצם טאָג איז) מכפּר". דער דין2 איז ווי די רבנן.
דער ביאור אין דער פּלוגתא איז ניט אַז די רבנן האַלטן אז "עיצומו של יום" איז ניט מכפּר און נאָר תשובה איז מכפּר. אויך לויט די רבנן איז "עיצומו של יום מכפּר"3, ד.ה. אַז דער מענטש אַליין קען מיט זיין תשובה ניט צוקומען צו אָט־דער כפּרה וואָס עס גיט דער "עיצומו של יום". די פּלוגתא צווישן רבי און רבנן איז: ווי אַזוי קען מען צוקומען צו דער כפרה פון "עיצומו של יום". רבי האַלט, אַז ווי נאָר עס קומט דער טאָג פון יום כיפּור איז שוין מאיר דער ״עיצומו של יום״ – אפילו ווען אַ איד טוט ניט קיין תשובה – און דער "עיצומו של יום" אַליין איז מכפּר אויף זיינע עבירות; און די רבנן האַלטן4, אַז בכדי צו קענען צוקומען צו דער כפּרה פון "עיצומו של יום", דאַרף זיין עבודת התשובה, און דאַן, האָט מען אויך די כפּרה פון "עיצומו של יום", וואָס איז פיל העכער און גרעסער ווי די כפּרה וועלכע מען האָט דורך תשובה אַליין. אָבער הכל מודים אַז "עיצומו של יום מכפּר"*ד.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין5 וואָס די גמרא זאָגט אויפן פּסוק דרשו הוי׳ בהמצאו – "אלו עשרה ימים שבין ר״ה ליוה״כ", וואָס פון דער גמרא איז פאַרשטאַנדיק, אַז כאָטש אויך די טעג פון ראש השנה און יום כיפּור גייען אַריין אין די עשרת ימי תשובה ("אלו עשרה ימים"), באַשטייט אָבער ניט זייער עיקר ענין אין דעם וואָס זיי זיינען ימי תשובה ("שבין ר״ה ליוה״כ"): דאָס וואָס זיי גייען אַריין אין די עשרת ימי תשובה איז אַ נידעריקערע דרגא פון ראש השנה און יום כיפּור; און זייער אייגענער ענין איז העכער דערפון: דער עיקר פון ר״ה איז – "תמליכוני עליכם", און דער עיקר פון יום כיפּור איז – "עיצומו של יום מכפּר", די כפּרה פון דעם טאָג, וועלכע מען גיט מלמעלה צו יעדער אידן, וואָס זי איז ניט אויסגעמאָסטן לויט זיין עבודת התשובה.
כפּרה מיינט ניט בלויז אַז דער מענטש ווערט ניט באַשטראָפט פאַר זיין חטא, נאָר אויך אַז עס ווערט אָפּגעווישט6 פון זיין נפש דער פלעק און פּגם וואָס איז געוואָרן דורכן באַגאַנגענעם חטא; און נאָך מערער: תכלית הכפּרה איז – אַז ניט בלויז וואָס עס בלייבט ניט איבער קיין רושם פון די עבירות, נאָר ביז אַז די זדונות אַליין ווערן איבערגעקערט און פאַררעכנט ווי זכיות7.
דאַרף מען פאַרשטיין: ווען אַ איד טוט תשובה און ער האָט חרטה אויפן חטא וואָס ער האָט געטאָן, רייסט ער דערמיט אַרויס דעם געשמאַק וואָס ער האָט געהאַט ביים טאָן די עבירה8 און דורך דעם ווערט פון אים אָפּגערייניקט און אָפּגעווישט דער רע (און ווייל זיינע פריערדיקע עבירות האָבן אים צוגעבראַכט צו באַקומען אַ גרעסערן צמאון צום אויבערשטן, ווערן זיי דערפאַר פאַררעכנט פאַר זכיות)9. ווי אַזוי ווערט אָבער אָפּגעווישט און אָפּגערייניקט דער רע פון דעם מענטשן דורך "עיצומו של יום", אָן זיין תשובה טאָן? מען קען פאַרשטיין, אַז "עיצומו של יום" זאָל זיין אַ כפּרה אַז מען זאָל אים ניט מעניש זיין, ווייל יום כיפּור נעמט אַראָפּ דעם עונש אויף עבירות, ווי אַזוי אָבער און מיט וואָס ווערן אַראָפּגענומען די פּגמים פון נפש האדם (ווי געזאָגט, איז דאָך אויך לויט די רבנן וועלכע האַלטן אַז עס פאָדערט זיך תשובה, איז די כפּרה פון יום כיפּור גרעסער פון דער פּעולת התשובה וואָס דער מענטש האָט געטאָן, און בפרט לדעת רבי, אַז יום כיפּור איז מכפּר אויך אָן תשובה)?
דער ביאור אין דעם:
אין דעם פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן זיינען דאָ כמה מדריגות: א) דער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן דורך דעם וואָס דער איד איז מקיים דעם אויבערשטנס מצוות און ער טראָגט אויף זיך דעם עול מלכות שמים, אַז ער איז גרייט צו אויספאָלגן אַלץ וואָס דער אויבערשטער הייסט. ב) דער אינעווייניקסטער פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן וואָס איז העכער און טיפער פון דעם פאַרבונד דורך קיום המצוות און קבלת עול מלכות שמים, און אָט־דער פּנימיות'דיקער פאַרבונד דריקט זיך אויס אין דעם, וואָס אויך דאַן, ווען ער האָט עובר געווען אויף דעם אויבערשטנס ציווי און פון זיך אַראָפּגענומען דעם אויבערשטנס יאָך – עגבערט עס אים, עס פאַרדריסט אים, און ער טוט תשובה אויף דעם; און מצד דעם טאַקע, וואָס תשובה קומט פון אָט־דעם פאַרבונד וואָס איז טיפער בנפש ווי די התקשרות דורך קיום המצוות, האָט תשובה בכח צו צעברעכן און אַראָפּצונעמען די פּגמים בנפש וואָס האָבן זיך געשאַפן דורך עבירות וועלכע האָבן אָפּגעשוואַכט זיין גלוי׳דיקן פאַרבונד10. אָבער פונדעסטוועגן איז אויך דער פּנימיות׳דיקער פאַרבונד אַ באַגרענעצטער, וואָס קען זיך אויסמעסטן אין דער תנועה פון תשובה. ג) די עצמיות׳דיקע התקשרות פון עצם הנשמה מיט עצמותו יתברך. אָט דער פאַרבונד האָט ניט אויף זיך קיינע מדידות והגבלות און איז העכער פון צו קענען זיך אויסדריקן אין וועלכער עס איז תנועה, אפילו ניט אין דער תנועה פון תשובה. און די התקשרות קען ניט ווערן אויפגעטאָן דורך פּעולות און עבודות – ווייל אַלע פּעולות פון מענטשן, ווי הויך זיי זאָלן זיין, האָבן זיי דאָך אַלץ עפּעס אַ מדידה – נאָר דאָס איז פאַראַן ביי יעדער אידן בטבע, מצד זיין עצם הנשמה, וואָס איז אַ "חלק אלקה ממעל ממש", און אויך איצט (בגוף) איז זי "חבוקה ודבוקה בך, יחידה לייחדך".
וויבאַלד אַז די התקשרות איז העכער פון אַלע מדידות און ציורים, איז פּונקט ווי זי קען ניט געשאַפן ווערן דורך עבודה, אַזוי קען מען זי אויך ניט שוואַכער מאַכן אָדער פּוגם זיין אין איר דורך העדר העבודה אָדער דורך עבירות. אין דער מדריגה פון התקשרות דערגרייכן ניט קיינע פּגמים און חטאים. און דערפאַר איז "עיצומו של יום מכפּר", ווייל יום כיפּור ווערט נתגלה ביי יעדער אידן דער עצמית׳דיקער פאַרבונד פון זיין עצם הנשמה מיט דעם אויבערשטן, און בשעת עס ווערט נתגלה די מדריגה, פאַלן במילא אָפּ אַלע פּגמים (די פּלוגתא פון רבי ורבנן איז נאָר, צי עס פאָדערט זיך תשובה בכדי עס זאָל נתגלה ווערן די מדריגה. אַלע זיינען אָבער מודה, אַז די כפּרה פון יום כיפּור ווערט ניט אויפגעטאָן דורך תשובה, נאָר "עיצומו של יום" איז מכפּר פון זיך אַליין).
אין יענע מדריגות וואו די חטאים האָבן דערלאַנגט און פּוגם געווען11, דאָרט דאַרף מען אויפטאָן אַ כפּרה, און דאָס קומט דורך תשובה, וואָס שאַפט ביי דעם מענטשן, און דורך דעם אויך למעלה, אַ טיפערן פאַרבונד צווישן אים מיטן אויבערשטן, וואָס צעברעכט און נעמט אַראָפּ אַלץ וואָס שטערט צו דער התקשרות. אָבער די כפּרה פון יום כיפּור ווערט דורך דעם וואָס עס איז מאיר אַזאַ דרגא וואו ס׳איז מלכתחילה ניטאָ קיין פּגם, כנ״ל12.
לויט דעם קומט אויס אַז דער אָנהויבס פון די עשי״ת – ר״ה, און דער סיום וחותם פון עשי״ת – יו״כ, גלייכן זיך אויס דערמיט וואָס אין ביידן אין פאַראַן זייער ענין העצמי, וואָס איז העכער פון בחינת התשובה וואָס אין זיי – די התקשרות פון עצם הנשמה מיטן אויבערשטן. ראש השנה קומט עס אַרויס בגילוי אין דעם ענין פון "תמליכוני" און "יבחר לנו", און יום כיפּור – אין "עיצומו של יום מכפּר״13.
און פּונקט ווי אין ראש השנה, איז אויסער דעם ענין העצמי פון ר״ה – "תמליכוני", התקשרות פון עצם הנשמה – איז אין עם אויך פאַראַן דער ענין התשובה (וואָס דעריבער גייט ראש השנה אַריין אין חשבון פון עשרת ימי תשובה) און ענין המצוה (שופר), אַזוי זיינען אויך אין יו״כ פאַראַן די אַלע דריי ענינים*יג: עצם הנשמה – "עיצומו של יום מכפּר", תשובה פון יום כיפּור (וואָס דערפאַר איז יום כיפּור פון די עשי״ת) און מצוה דיו״כ, די מצות התענית וכו', און אויך די מצות התשובה והוידוי14.
אין נאָך אַ זאַך גלייכן זיך אויס יו״כ און ר״ה:
פּונקט ווי ראש השנה קומט צום אויסדרוק דורך די מצוה פון ר״ה, וואָס מצות היום בשופר, אויך בחינת התשובה און בחינת "תמליכוני"*יד, כאָטש זיי זיינען פיל העכער פון דער מצוה – אַזוי איז אויך ביי יום כיפּור: דער גילוי פון עצם הנשמה דורך "עיצומו של יום" דריקט זיך אויס אין די מצוות פון יום כיפּור: עינוי15, ניט טאָן מלאכה און מקרא קודש.
אף על פּי כן זאָגט די גמראא, אַז אויך רבי, וואָס ער האַלט אַז "עיצומו של יום" איז מכפּר אפילו אָן תשובה, איז ער אָבער מודה אַז אויף די עבירות פון יו״כ גופא איז ער ניט מכפּר: אויב ער האָט ניט געפאַסט יום כיפור וכו׳ איז אויף דעם דער "עיצומו של יום" ניט מכפּר, ווייל עיצומו של יוםטו מאַכט דעם ניט פאַסטן פאַר אַן עבירה איז ניט שייך אַז ער גופא זאָל אויף דעם מכפּר זיין16.
ענין הנ״ל געפינען מיר
אויך אין דער עבודה פון כה״ג אין יו״כ: מעיקרי העבודה פון כה״ג אין דעם טאָג איז
געווען זיין אַריינגיין אין קדש הקדשים, וואָס וועגן דער כניסה שטייט אין פּסוק17 "וכל אדם לא יהי׳
באוהל מועד", זאָגט אויף דעם דער ירושלמי18 "אפילו אותן שכתב בהן
ודמות פניהם פני אדם", אפילו ביי די וועלכע עס שטייט "ופניהם פני
אדם" – וואָס דאָס שטייט דאָך באַ חיות הקודש, מלאכים היותר נעלים19, אויך זיי האָבן זיך דאַן
ניט געקענט געפינען אין קדש הקדשים.
דאָס הייסט, אַז די עבודה פון יום כיפּור האָט מגלה געווען די
פאַראייניקונג פון אידן (וואָס דער כה״ג איז דאָך געווען דער שליח פון כלל ישראל)
מיטן אויבערשטן, "ישראל ומלכא בלחודוהי" – נאָר דער אויבערשטער מיט אידן אַליין.
נאָך מערער: דער אַריינגיין פון כה״ג אין קדש הקדשים איז דאָך געווען אויך אין בית שני, וואָס דאַן איז שוין דער ארון דאָרט ניט געווען. איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַ כניסה אין אַזאַ אָרט און דרגא וואָס איז נאָך העכער פון תורה (אפילו ווי תורה שטייט אין אותיות החקיקה – לוחות)20. דער חילוק פון תשובה שע״י התורה ביז תשובה שלמעלה מהתורה איז21, אַז תשובה שעל ידי התורה איז בחינת גילוי לבד – הגם אַז תשובה איז העכער פון תורה, וואָס דעריבער העלפט דאָך תשובה אויך אויף די פּגמים פון תרי״ג מצוות התורה (כולל מצות ת״ת), איז זי דאָך בבחינת גילוי, און תשובה שלמעלה מהתורה, איז די פאַראייניקונג מיט עצמות, העכער פון גילוי.
און אַזוי ווי בזמן הבית איז די התקשרות עצמית צווישן נשמות ישראל מיט דעם אויבערשטן געוואָרן דורך דער כניסה פון כה״ג אין קדש הקדשים ביום הכיפּורים, אַזוי דריקט זיך אויס דער ענין איצטער אין די תפלות פון יום כיפּור, וואָרום תפלה איז במקום עבודת הקרבנות:
יום כיפּור איז דער איינציקער טאָג פון יאָר ווען מען איז מחוייב דאַוונען חמש תפלות. די פינף תפלות זיינען כנגד די פינף מדריגות פון נשמה – נפש רוח נשמה חי׳ יחידה22. די פינפטע תפלה, וואָס מען איז מתפלל נאָר יום כיפּור, די תפילת נעילה, ווערט אין איר נתגלה בחינת היחידה שבנשמה, ווי זי איז פאַראיינציקט מיטן אויבערשטן, וואָס דאָרטן האָבן ניט קיין אָרט קיין זאַך אויסער דער אויבערשטער מיט אידן. און דאָס איז דער טייטש פון ״נעילה״ – מען פאַרשליסט אַלע טויערן, און מען לאָזט אַהין קיינעם ניט אַריין; דאָרט געפינען זיך בלויז אידן מיט עצמותו יתברך.
און הגם אַז בעיקר ווערט אָט־די בחינה אַנטפּלעקט אין תפלת נעילה23, איז אָבער בכללות24 די בחי׳ פאַראַן אויך דעם גאַנצן טאָג פון יום כיפּור. ווי דער לשון איז: "יום שנתחייב בחמש תפלות", אַז דער טאָג, אַלס גאַנצער, איז מחויב אין חמש תפלות. דאָס מיינט, אַז כאָטש יעדער זמן איז מחוייב אין זיין תפלה (ביי נאַכט מעריב, אינדערפרי שחרית א.א.וו.), פונדעסטוועגן איז עס אַ "יום שנתחייב בחמש תפלות" – ווייל בכללות איז עס אַ יום ווען ס׳איז מאיר בחינת "חמש" – בחינת יחידה.
(ממאמר ד״ה וכל אדם ושיחת שמחת ביה״ש תשכ״ג)