א

אויפן פּסוק1 דרשו הוי' בהמצאו, זאגן רז״ל2 "אלו עשרה ימים שבין ראש השנה ליוה״כ" (דאָס זיינען די צען טעג וואָס צווישן ראש השנה און יום כיפּור). אין אָט־דעם לשון פון רז״ל זיינען לכאורה דאָ צוויי ענינים הפכיים: פון דעם אויסשפּראַך "שבין ר״ה ליוה״כ" איז משמע אַז ראש השנה און יו״כ גייען ניט אַריין אין די עשרה ימים3; פון דעם אָבער וואָס די גמרא זאָגט "אלו עשרה ימים", איז מוכח אַז אויך ר״ה און יו״כ גייען אַריין אין דעם חשבון פון די עשרה ימים, וואָרום צווישן ר״ה און יו״כ זיינען דאָך בלויז זיבן טעג.

מוז מען זאָגן, אַז אין ראש השנה ויו״כ זיינען דאָ צוויי ענינים: זייער עצמיות׳דיקער ענין, וואָס איז ניט דער ענין התשובה, און דער ענין פון תשובה וואָס אין זיי, צוליב וועלכן זיי ווערן אַריינגערעכנט אין די עשרת ימי תשובה. און דער סדר איז, אַז פריער דאַרף זיין די עבודה מצד דעם ענין העצמי פון ר״ה און דערנאָך – די עבודת התשובה פון ראש השנה. דעריבער שטייט דער לשון "עשרה ימים שבין ר״ה כו'", ווייל די עבודת התשובה פון ר״ה – וואָס צוליב איר איז ר״ה אין דעם חשבון פון די עשרת ימי תשובה – קומט נאָך דער עבודה פון ר״ה מצד עצמו4.

ב

תשובה איז העכער פון אַלע מצוות. וואָס דערפאַר העלפט תשובה צו פאַרריכטן אַלע פּגמים פון מצוות, ווייל זי דערלאַנגט העכער ווי אַלע מצוות דערלאַנגען5. היינט וויבאַלד אז מען זאָגט, אַז דער ענין התשובה (פון ראש השנה) קומט ערשט נאָך דעם ענין פון ר״ה שמצד עצמו, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין פון ר״ה שמצד עצמו איז נאָך העכער ווי ענין התשובה.

אין וואָס באשטייט די עבודה פון ר״ה שמצד עצמו – "אמרו לפני כו' מלכיות כדי שתמליכוני עליכם״6. עס איז מובן, אַז איידער מען איז אויף זיך מקבל מלכותו יתברך איז ניט שייך די גאַנצע עבודה פון מצוות (וכמאמר7: "קבלו מלכותי ואח״כ קבלו גזירותי"). ובמילא, איז אויך די עבודה פון תשובה, וואָס איר זאַך איז צו מתקן זיין דאָס וואָס מען האָט ניט אויסגעפירט גזירת המלך, איז שייך ערשט נאָך קבלת מלכותו יתברך.

דאָס הייסט, אַז מיט דער עבודה פון ר״ה "שתמליכוני עליכם" נעמט מען עצמות אַליין, העכער פון אַלע גילויים: קיום המצוות (גזירות) דערלאַנגט אין רצון העליון ווי ער קומט אַראָפּ בגילוי, וואָרום די מצוות זיינען רצונו יתברך; עבודת התשובה, וואָס זי איז מתקן אויך דאָס וואָס מען האָט געטאן היפּך הרצון, דערלאַנגט זי נאָך העכער פון רצון – אָבער נאָך אַלץ אַ מדריגה וואָס האָט אַ שייכות מיט בחינת רצון8, וואָרום אין דער מדריגה וואָס האָט גאָר ניט קיין שייכות צו רצון פאַרנעמט דאָרט אויך ניט קיין אָרט די עבודת התשובה אויף דעם היפּך הרצון – האָט עס נאָך אַלץ אַ שייכות צו רצון – גילויים; אָבער די עבודה פון "תמליכוני עליכם" רירט אָן אין עצמות אַליין – העכער פון אַלע גילויים9.

דערפון איז אויך מובן די הויכקייט פון נשמות ישראל, אַז זיי דערלאַנגען אין עצמות ממש, וואָס דערפאַר קענען זיי ביים אויבערשטן אַליין אַרויסרופן דעם רצון צו ווערן אַ מלך. אָבער בכדי צו אָנרירן אין עצמות ממש פאָדערט זיך דער
ביטול פּנימי שמצד עצם הנשמה10, וואָס דריקט זיך אויס אין דער הכתרה – די בקשה "מלוך על העולם כולו וכו'".

ג

אַ נאָמען וואָס תורה רופט אָן, איז דאָך ניט קיין שם הסכמי (סתם אַן אָנגענומענער נאָמען), נאָר ער דריקט אויס דעם חיות (מהות) פון דער אָנגערופענער זאַך11. אין דעם נאמען "ראש השנה" (דער קאָפּ פון יאָר) זיינען מרומז12 די אויבנדערמאָנטע ענינים. אַ "קאָפּ" אַנטהאַלט אין זיך: א) דעם מהות און מעלה פון קאָפּ מצד עצמו, העכער פון אַלע אברים, ב) אין אים איז כלול דער חיות פון אַלע אברים, ג) דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברים אויך נאָך דעם ווי דער חיות ווערט שוין נמשך אין זיי. דאָס זעלבע איז אויך אין ראש השנה: א) די עבודה פון ר״ה מצד עצמו – "שתמליכוני עליכם", וואָס רירט אָן אין עצמות, כנ״ל – העכער פון האָבן אַן ערך צו דער עבודה פון כל ימי השנה, ב) עבודת התשובה פון ר״ה, וואָס האָט אַן ערך און פאַרבונד מיט מצוות (גזירות), אָבער איז העכער פון זיי און איז ווי אַ כלל וואָס איז כולל זיי אַלע, ג) דאָס וואָס די החלטה טובה בר״ה ווירקט אויפן קיום המצוות פון אַ גאַנץ יאָר – ווי דער קאָפּ וואָס פירט אָן מיט די אברים.

ד

וועגן ר״ה שטייט13: "מצות היום בשופר". איז לויט ווי פריער גערעדט איז מובן, אַז די דריי עבודות פון ראש השנה – "שתמליכוני עליכם", תשובה און קיום המצוות – זיינען דאָ אין מצות היום – אין שופר14, און (ווי אַלע ענינים פון פנימיות התורה) איז דאָס מרומז אויך אין נגלה.

דער רמב״ם אין הלכות תשובה זאָגט15: "אעפ״י שתקיעת שופר בר״ה גזה״כ רמז יש בו כו' וחזרו בתשובה". דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס שטעלט אַריין דער רמב״ם אָט־דעם ענין וועגן תקיעת שופר אין הלכות תשובה און ניט אין הלכות שופר? הגם אַז ער רעדט דאָ טאַקע וועגן תשובה, וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז אַ רמז וטעם אויף תקיעת שופר, האָט ער דאָס געדאַרפט אַריינשטעלן אין הלכות שופר – ווי דער רמב״ם האָט עס געטאָן אויף אַ צווייטן אָרט: דער רמב״ם גיט אַ טעם16 אויף טבילה במקוה, "אלא גזה״כ היא כו' אעפ״כ רמז יש בדבר כו' לטהר נפשו מטומאת הנפשות כו' ודעות הרעות כו' במי הדעת טהור כו'", אָבער דאָך שטעלט ער עס ניט אַריין אין הלכות תשובה נאָר אין הלכות מקואות, ווייל דאָס איז אַ רמז וטעם אויף מקוה.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אין גמרא שטייטו "אמרו לפני כו' מלכיות כדי שתמליכוני עליכם כו' ובמה בשופר". הייסט דאָך אַז דורך שופר טוט זיך אויך אויף דער תמליכוני17, איז פאַרוואָס ברענגט ניט דער רמב״ם ביי שופר אויך דעם ענין פון "תמליכוני"?

קען מען עס ערקלערן בהנ״ל: אין שופר זיינען דאָ דריי ענינים: א) די מצוה פון תקיעת שופר מיט אַלע אירע פּרטי דינים, און דאָס רעכנט דער רמב״ם צווישן די תרי״ג מצוות און שטעלט עס אַריין אין הלכות שופר.

ב) די בחינת התשובה וואָס איז פאַראַן ברמז אין תקיעת שופר, וועלכע איז העכער פון מצוות – און דערפאַר שטעלט דער רמב״ם אַריין דעם ענין פון שופר אין הלכות תשובה און ניט אין הלכות שופר, ווייל אין הלכות שופר רעדט ער אַרום בלויז די מצוה פון שופר מיט אירע פּרטי דינים, משא״כ תשובה איז העכער פון מצוות און איז בלויז מרומז אין שופר18.

– און דאָס איז דער רמב״ם אויך מדייק בלשונו: "אעפ״י שתקיעת שופר בר״ה גזירת הכתוב", אַז תקיעת שופר איז אַ גזירה, אַ מצוה, דאָך איז "רמז יש בו", אין אים איז מרומז אַן ענין וועלכער איז העכער פון דער מצוה אַליין (ווי יעדער רמז וואָס ווייזט אָן אויף אַ זאַך וועלכע איז העכער פון קענען אָנטאָן זיך אין אותיות; עס קען אויסדריקן זיך בלויז אין אַ רמז) און דאָס איז בחינת התשובה –

ג) דאָס וואס תקיעת שופר טוט אויף דעם – "תמליכוני עליכם". דאָס איז אָבער אַן ענין וועלכער איז העכער לגמרי פון מצות שופר, וואָס קען ניט אַראָפּקומען אין איר אפילו אין אַן אופן פון רמז – וואָרום אויך "רמז" איז אַ תנועה פון גילוי, משא״כ "תמליכוני" איז דער ביטול עצמי פון עצם הנשמה19.

ה

לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דעם פּסוק "יבחר לנו את נחלתינו גו׳" (אין דעם קאַפּיטל למנצח, וואָס מען זאָגט פאַר תקיעות) צו שופר.

אמת׳ע בחירה מיינט אַז דאָס אויסקלייבן קומט ניט צוליב קיין שום זייטיקע סיבות און טעמים, נאָר בלויז מצד די בחירה חפשית פון דעם בוחר, וואָרום ווען ס׳איז דאָ אַ סיבה צוליב וועלכע ער קלייבט אויס, איז דאָך די סיבה מכריח אים צו אויסקלייבן און ס׳איז ניט קיין בחירה חפשית20. איז לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין: ווי קען מען פאַרבינדן דעם "יבחר לנו את נחלתינו גו׳" מיט דער עבודה פון תקיעת שופר – וויבאַלד אַז דער "יבחר" קומט צוליב דער עבודה פון תקיעת שופר איז עס דאָך לכאורה ניט קיין בחירה חפשית?

לויטן פריערדיקן ביאור אָבער, איז פאַרשטאַנדיק: די עבודה פון "מצוה" און "תשובה" אין שופר, דערלאַנגען טאַקע
ניט אין עצמות, דער אָרט פון בחירה חפשית, זיי זיינען ממשיך בלויז גילויים – אתערותא דלעילא וועלכע קומט דורך און צוליב אתערותא דלתתא; דוקא דער ביטול עצמי פון עצם הנשמה וואָס אין שופר – "תמליכוני" – דערלאַנגט אין עצמות, דאָרט וואו אידן זיינען איין זאַך מיטן אויבערשטן און ער איז בוחר אין זיי מצד עצמו בבחירתו החפשית – און ניט אז תקיעת שופר איז אַ סיבה וועלכע טוט אויף און רופט אַרויס דעם "יבחר"21.

ו

אין עצמות איז דאָך ניטאָ קיינע הגבלות ח״ו, איז וויבאַלד אַז די המשכה, וועלכע עס ווערט נמשך אין ר״ה דורך תקיעת שופר, איז פון עצמות אַליין, איז אין דער המשכה ניט שייכות חשבונות און זי האָט ניט קיינע באַגרענעצונגען פון סדר השתלשלות – וועט דאָך געוויס זיין די המשכה ווי ער וויל, וואָס ער וויל דאָך אַ ודאי טוב (ווי עס שטייט אַז "באור פני מלך" איז נאָר "חיים"), און טוב אין גשמיות (כידוע22 אַז עצמות איז פאַרבונדן כביכול מיט גשמיות), אַז עס וועט נמשך ווערן פון עצמות אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.

(משיחת ר״ה ושמחת בית השואבה תשכ״ג)