ב"ה, י"ג סיון ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם 12טן יערלעכן לאנטשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאנד, אהייא
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן אייער פארשטייענדן יערלעכן לאנטשאן ביום א' פרשת שלח לך, הבע"ל, יהי רצון אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.

עס איז באקאנט דער ווארט פון אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אז די פרשה פון דער וואך אנטהאלט אנווייזונגען פאר דעם טאג-טעגלעכן לעבן, ספעציעל אין צוזאמענהאנג מיט אויסערגעוויינלעכע געשעענישן.

די אונטערנעמונג היינטיקס יאר קומט פאר אין דער וואך פון דער פרשה שלח, וואו עס ווערט דערציילט, אז משה רבנו האט געשיקט שלוחים ארומקוקן ארץ-ישראל, און אז די שלוחים האבן געבראכט א ניט-ריכטיקן באריכט. דערציילן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אז די פרויען האבן זיך ניט אפּגעשראקן פאר דעם אומגינסטיקן באריכט און זיי האבן ווייטער געוועלט אנהאלטן זייער וועג צו ארץ ישראל, ארץ הקודש, לויט דעם אויבערשטנס רצון. די פרויען זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל, אז ארץ ישראל איז א לאנד פון קדושה און ספּעציעלע ג-טלעכע השגחה, ווי די תורה זאגט: ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה - א לאנד וואו די ספּעציעלע ג-טלעכע השגחה איז פון אנהויבס יאר ביז ענדע יאר.

ווי עס איז מערערע מאל אונטערשטראכן געווארן, איז די תורה אן אייביקע, און אלע אירע אנווייזונגען זיינען אייביקע, דאס הייסט גילטיק אומעטום און אין אלע צייטן.

די צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו „ארץ הקודש" איז אן אויסדרוק פון איר איבערגעבנקייט צו אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואס דריקט זיך אויס נאך אין א שטארקערע פארם ווי בא די מענער, פון צייט צו צייט.

דערפון איז אן אנווייזונג אויך פאר אונזער דור, אז די פרויען קענען פיל אויפטאן צו פארשטארקן אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענע היים און צוזאמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין א פּאסנדן אופן, און אזוי ארום מאכן בא זיך אינדערהיים און אין דער סביבה אן „ארץ הקדש" פאר דער ג-טלעכער שכינה.

דאס איז דאך פון די אויפגאבען פון די חב"ד פרויען אומעטום, וועלכע האבן נאך דעם ספּעציעלען זכות וואס זייער וועג איז באלויכטן מיט דער ליכטיקייט פון חסידות און חסידישע טראדיציעס.

און פּונקט ווי צוזאמען מיט ארץ ישראל זיינען געגעבן געווארן אלע ג-טלעכע ברכות פון ארץ זבת חלב ודבש אויך אין דעם מאטעריעלן זין, אויב נאר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אזוי זיינען שטענדיק אנגעגרייט אלע ג-טלעכע ברכות פאר אלעמען וועלכע העלפן פארשטארקן און פארשפּרייטן תורה-אידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן.

השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט אין א שטייגענדער מאס, און זאל אייך באגליקן בטוב הנראה והנגלה אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות.

ח'תתקצב

נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 271 והושלמה עפ"י העתק המזכירות. וראה גם אגרת שלאח"ז.

דערציילן אונזערע חכמים: פרש"י פנחס כו, סד (מספרי שם כז, ד).

מאכן . . ארץ הקדש: להעיר מפתגם אדמו"ר הצמח צדק „מאך דא ארץ ישראל". ראה גם לעיל חט"ו אגרת ח'תשעד, ובהנסמן בהערות שם. אגרת שלאח"ז.