ב"ה, ראש חודש אדר שני, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוייל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי-תמימים

שלום וברכה!

די יערלעכע אונטערנעמונג קומט היי-יאר פאַָר אין א העכסט-גינסטיגע צייט - אין דער צייט צווישן די צוויי פורים'ס. ספעציעל איז די צייט א גינסטיגע פאר אידישע פרויען, נעמענדיג אין אכט דעם וויכטיגען ארט פון אסתר המלכה אין דעם נס פון פורים, בימים ההם בזמן הזה.

אסתר המלכה האט זיך געקענט פילן גאנץ זיכער אין איר פערזענלעכער לאגע; און מרדכי איז דאך זיכער געווען גערעכט, אז ריוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר - דעם אויבערשטנס הילף קען קומען דורך אן אנדערן. איז צו וואס זאל זי איינשטעלן איר לעבן פאר א צווייטן? אבער אסתר האט ניט געמאכט קיינע פערזענלעכע חשבונות; זי איז געגאנגען אויף מסירות-נפש צו ראטעווען אידן. און דעריבער האט זי אויך זוכה געווען, אז די מגילה ווערט אנגערופן אויף איר נאמען.

דערפון איז אן אנווייזונג פאר אידישע פרויען, אין אלע צייטן, אז כאטש וועלכע פרוי קען זיך גלייכן צו אסתר המלכה, איז אבער זיכער, אז יעדע איינע קען גאר פיל אויפטאן אויף איר אייגענעם אופן, און אין איר אייגענער סביבה, אויב זי וועט אויספילן די תורה-אנווייזונגען און וועט עס טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי אסתר המלכה האט געוויזן א לעבעדיגען ביישפיל וואס א אידישע פרוי איז בכוח צו טאן.

און פונקט ווי אין דער צייט פון דעם ערשטן פורים, ווען המן'ס גזירה איז בטל געווארן אין דעם מאמענט ווען מרדכי האט פארזאמלט די אידישע קינדערלעך און האט מיט זיי געלערנט תורה, מיט אזא באגייסטערונג און אומבאגרענעצטע ליבשאפט פאר תורה ומצוות, ביז זיי האבן זיך ניט געוועלט אפרייסן פון מרדכי הצדיק - אין לעבן, אדער ח"ו פארקערט -

אזוי איז אין אלע צייטן דער יסוד פון דעם גאנצן קיום פון אונזער פאלק - דער תורה-חינוך פון די אידישע קינדער.

און דאס איז דאך די אויפגאבע און די ארבעט פון דער ליידיס אקזעלערי - צו העלפן די ליובאוויטשער ישיבות תומכי-תמימים צו באזארגן א תורה-חינוך על טהרת הקדש פאר זייערע פילצאליגע תלמידים, כן ירבו.

דער יערלעכער באנקעט איז דער הויכפּונקט אין דער דאזיגער ארבעט, און איך וויל האַָפן, אז אלע וועלן טאן אלץ וואס נאר מעגלעך צו זען, אז דער באנקעט זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.

זייט אלע געבענטשט, צוזאמען מיט אייערע בני-בית שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות ולפורים שמח.

ח'תתקנה

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 376 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

האַָט פאַרזאַמלט: אסת"ר פ"ט, ג (ד).