ב"ה, ערב שבת פ' ויקהל משה את כל עדת בני ישראל,
ה'תשכ"ב. ברוקלין, נ.י.
צו די באַטייליגטע אין דעם נייענטן יערלעכן לאַָנטשאַָן פון אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאַנד, אהייא
ה' עליהם תחיינה
ברכה ושלום!
ס'איז באַוואוסט דער וואַָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, דער גרינדער פון תורת חב"ד, אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט, געמיינט מיט דער סדרה פון דער וואַָך, מיט די ענינים וועגן וועלכע זי דערציילט. מען קען און מ'דאַרף ארויסלערנען פון זיי - בנוגע צו פערזענליכער אויפפירונג און וואַָס מ'דאַרף טאַָן פאַר זיך און פאַר יענעם.
אין די סדרות פון די וואַָכן ווערט דערציילט און בפרטיות (מיט אַלע איינצעלהייטן) ווי מען האַָט אַָנגעזאַָגט אַלע אידן, מענער ווי פרויען, אַז זיי זאַָלען אויפשטעלן אַ משכן וואַָס דאַמאַָלס, זאַָגט דער אויבערשטער, וועט זיין ושכנתי בתוכם - איך וועל רוהען און זיין צווישען זיי און אין זיי.
איינע פון די אַָפלערנונגען פון דעם פאַר אונז איצטער איז:
יעדע אידישע הויז דאַרף און מוז זיין אַן אַָפשפיגלונג פון משכן, וואו עס רוהט די שכינה. - ושכנתי בתוכם - און אויף דעם זיינען אַָנגעזאַָגט געוואַָרען כל עדת בני ישראל - אַלע אידן און יעדער איד אין אַלע דורות.
דאַָס איז דאַָך די אויפגאַבע און ציעל פון אגודת נשי ובנות חב"ד, צו אַריינטראַָגען אין יעדער אידישע הויז, אידישע ליכטיקייט און וואַרימקייט, באַזעלט מיט חסידות'שן געפיל און לעבעדיקייט, אַזוי אַז מ'זאַָל קענען מיט רעכט זאַָגן אַז דאַָס איז אַ הויז וואו עס רוהט די שכינה.
איך שיק מיין ברכה און דריק אויס תפלתי (מיין געבעט) אַז השם יתברך זאַָל אייך מצליח זיין אין דער אויבן געזאַָגטער אַרבעט,
און זאַָלט געבענטשט ווערן מיט אייערע פאַמיליעס שליט"א מיט אַלעס נויטיגען בגשם וברוח - מאַטעריעל און גייסטיג.
בברכה צו גוטע בשורות.


Start a Discussion