ב"ה, כ"ו אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

הרבנית מרת פרומא איטא תחי'

ברכה ושלום!

מ'האַָט מיר איבערגעגעבען אייער בריף, אויך באַקום איך ידיעות אַָפטער דורך אייער זון הרה"ח אי"א נו"נ מו"ה שלום מענדל שי' וועגען דעם צושטאַנד.

און זייענדיג די טעג אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האַָב איך נאַָך אַמאַָל דערמאַָנט אייך, צו דער ערפילונג פון אייער האַרץ פאַרלאַנג אין די אַלע זאַכען וועגען וועלכע איר שרייבט לטובה.

און איר און אייער מאַן הרב שליט"א האַָבען דאַָך זוכה געווען צו באַקומען פערזענליך פילע מאַָל ברכות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און ברכות צדיקים און בפרט נשיאי ישראל, זיינען דאַָך ווירקזאַם און טוען אויף שטענדיג, איז דאַָס זיכער אויך בנוגע צו דאַָס אויבען דערמאַָנטע,

ויהי רצון ס'זאַָל אַראַָפקומען לפועל ממש און זאַָלט קענען אַָנזאַָגען גוטע בשורות מיט גוטער שטימונג ובשמחה.

און מיר געפינען זיך דאַָך אין דעם צייט, חדשי אדר וואַָס מ'איז אַנגעזאַָגט געוואַָרן, און ס'איז אויך געגעבען געוואַָרען דער כח צו יעדער אידן מאַן און פרוי, להרבות בשמחה - צו געבען אין שמחה פון צייט צו צייט,

איז אין דעם אויך אַ ענטפער אויף אייער פראַגע, וואַָס זאַָלט איר טאַָן אין דעם אויבען געזאַָגטע - וואַָס דאַָס איז, אויף צו מקיים זיין דעם מאמר רבותינו ז"ל, צו מרבה זיין בשמחה, ותודה לא-ל איר האַָט פיל פיל פון וואַָס צו זיין בשמחה אפילו איצטער, און מ'דאַרף האַָפען אַז אויף ווייטער וועט זיין נאַָך מער [און גלייכצייטיג, פאַרשטענדליך, אויספאַָלגען די אַָנווייזונגען פון דאַָקטוירים וועלכע באַהאַנדלען אייך, וואַָס אַ רופא בשר ודם איז דאַָך אַ שליח פון דעם רופא כל בשר ומפליא לעשות].

בברכה צו גוטע בשורות אַ פרייליכען שבת און אַ פרייליכען חדש.

ח'שע

מרת פרומא איטא: סימפסאן, ברוקלין.

אייער מאן הרב: אלי'.

מאמר רבותינו: תענית כו, ב.