ב"ה, י"ג שבט, תשכ"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ד' מיט דאַָס בייגעלייגטע, און לויט אייער בקשה, קומט דער ענטפער ניט וואַרטענדיג אויף דער רייהע.

וכמנהג ישראל, צו אויסזוכען און געפינען אין יעדער זאַך אַ פאַרבינדונג מיט דער סדרה פון דער וואַָך, אַזוי אויך צו דעם אינהאַלט פון אייער בריף, מיט דאַָס בייגעלייגטע, וועלכער, דער ענטפער, וועט (אויב די איבערזעצונג זיין פאַרטיג) האַָפענטליך אַָנקומען צו אייך, אַָנהויב קומענדע וואַָך פרשת יתרו, פרשת מתן תורה, וואַָס דאַָרטן איז געגעבן געוואַָרן אַ קלאַָרער ענטפער, אַָנדייטונג אויף דער פראַגע, ווער איז אַ איד,

ובלשון הכתוב, ועתה אם שמוע תשמעו בקולי, ושמרתם את בריתי והייתם לי סגלה מכל העמים וגו' ממלכת כהנים וגוי קדוש.

ויהי רצון אַזוי ווי באַ מתן תורה, איז געווען, בלשון הכתוב ויחן שם ישראל נגד ההר, און ווי חכמינו ז"ל זיינען מדייק, ויחן לשון יחיד, אַז אַלע אידען האַָבען זיך פאַראיינציגט צו שטיין נעבען דעם באַוואוסטן באַרג, אַז דאַָס זאַָל אַריינגיין אויף אייביג אין האַרץ פון אַ אידן, און אויך אין געדאַנק פון אַלע פעלקער, אַז דאַָס איז דער הר האלקים, אויף וועלכען מ'האַָט געגעבען די תורה, אַ אייביגע תורה פאַר אַלע צייטען און פאַר אַלע מדינות.

זאַָל אַזוי אויך איצטער אַריינדרינגען ניט נאַָר אין די הערצער, נאַָר אויך אין די געדאַנקען פון אַלע אידען אין דעם דור, און פון קאַָפ (געדאַנק) זאַָל דאַָס אַראַָפקומען ביז למעשה בפועל, מקיים זיין מצות השם יתברך בפועל, מצות אויף וועלכע די תורה הק' זאַָגט, וחי בהם.

בברכת שבת טוב ובברכה לבשו"ט מבריאות טובה.

ח'של

מו"ה ברוך: ליטווין, מט. קלעמנס. אגרות נוספות אליו - לעיל ח'שיח, ובהנסמן בהערות שם.

חכמינו ז"ל: מכילתא ופרש"י יתרו יט, ב.