ב"ה, כ"ט טבת, תשכ"ב
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'
שלום וברכה!
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון כ"ד טבת.
און האַָפענטליך ווייסט איר, אַז דאַָס איז דער טאַָג יאַָרצייט הילולא פון רבנו הזקן, בעל התניא והשולחן ערוך, וועלכער האַָט זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט תורה ומצות, און ניט נאַָר בהנוגע צו זיך, וואַָס ניט אין דעם איז זיין גרויסקייט, נאַָר צו פאַרשפרייטען דאַָס צו יעדער איינען און איינער וואו מ'קען נאַָר צוקומען, און האַָט אויך איבערגעגעבען, אַז אַזוי דאַרפען זיך פירען די אַלע צו וועמען עס גרייכט זיין רוף, דורך לייענען אין זיינע ספרים ומאמרים אַָדער דורך זיינע תלמידים, וואַָס דברי צדיקים זיינען שטאַנדהאַפטיג אייביג און וואַָס נאַָך מער, זיי גיבען אויך די כחות, אַז ס'זאַָל אַָנקומען גרינג דאַָס אויספילען זייער רוף בקשה און אַָנזאַָג.
און זיכער פאַרשטייט איר, אַז ניט צוליב סתם דרשה, איז געמיינט מיין שרייבען, נאַָר ווי דער לשון המדינה, צום פאינט, בהנוגע צו מעשה בפועל, סיי אַליין און סיי בנוגע צו די מיט וועלכע מ'קומט אין באַרירונג, וק"ל.
צו מאריך זיין אין דעם ענין וואַָס איך האַָב געשריבען אין מיין פאַָריגען בריף, רעכין איך אַז ס'איז ניט נויטיג, און בייגעלייגט איז אַ אבשריפט פון בריף געשריבען צו איינטיילנעמער אין אַ י"ט כסלו התועדות, וואַָס האַָפענטליך וועט דאַָס ערגענצען דאַָס געשריבענע אין מיין פריערדיקען בריף, און ווי אויבען געזאַָגט, צום פאינט צו.
בברכה צום געזונט בעסערונג פון אייך און אייער פרוי תחי' ולבשורות טובות בכל הכתוב מעלה.
ח'שיח
מו"ה ברוך: ליטווין, הליבוד. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ח'קלו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'של.
פון בריף: דלעיל ח'רצ.


Start a Discussion