ב"ה, כ"ח טבת, תשכ"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ד טבת אין וועלכען דו שרייבסט וועגען די שוועריקייטען אין דער ישיבה תומכי תמימים ב... און וואַָס די הנהלה האַָט דיר געזאַָגט און האַָסט ניט געוואַָלט פאַָלגען.
פאַרשטענדליך אַז דאַָס איז ניט ריכטיג צו טאַָן אַזוי און ווי מערערע מאַָל ערקלערט בתורתנו תורת חיים, אַז אַ תלמיד פון אַ ישיבה און בפרט פון אַ חסידות'שע ישיבה, דאַרף פאַָלגען דעם ראש ישיבה און די הנהלה, אויב אפילו באַ עם קומט אויס אַנדערש, און ער פאַרשטייט ניט אינגאַנצען, דעם פארזאַָג זייערען,
און ס'איז דאַָך קיין וואונדער ניט, וואַָרום דער יצר הרע, וועט ניט קומען צו אַ אידען זאַָגען עם גלייך באַם אַָנהויב, טו פאַרקערט פון שולחן ערוך, וואַָרום מ'וועט דאַָך עם ניט פאַָלגען, אַָבער אַז ער זאַָגט, אַז דער תלמיד פאַרשטייט מער פון ראש ישיבה, קען ער אַזוי אַרום אַריינאַרן דעם תלמיד, אַז ער זאַָל פאַָלגען עם, דעם מלך זקן וכסיל.
איך האַָף אַז ס'איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, און ווען דו וועסט באַקומען דעם בריף, וועסט דו ענדערן דיין שטעלונג, און וועסט נעמען אויף זיך צו אויספאַָלגען אַלע די אַָנווייזונגען פון דער הנהלה, און דער עיקר לערנען בהתמדה ושקידה לויט די סדרים פון דער ישיבה און די כתה צו וועלכער מ'וועט דיר צושטעלען, און ווי געזאַָגט דורך לערנען בהתמדה ושקידה וועסט דו שטייגען פון כתה צו כתה, ווי די הבטחה פון חכמנו ז"ל, יגעת ומצאת.
געוויס היטסט דו אַָפּ די דריי שיעורים פון חומש תהלים ותניא הידועים.
בברכה לבשו"ט בכל האמור.
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
פאַרשטענדליך, אַז דו קאַָנסט באַווייזן דעם בריף צו די הנהלת הישיבה און עס איז ניט נייטיג אַ באַזונדער בריף צו זיי.
ח'שטז
הבטחה: מגילה ו, ב.


Start a Discussion