ב"ה, ז' חשון, תשכ"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ערב ראש חדש חשון אין וועלכען איר שרייבט וועגען אַ פאַָרשלאַג וואַָס איר האַָט געהאַט פון איינעם צו חתונה האַָבן, און ער איז אין עלטער מער פון פערציג.
ווי ס'זעהט אויס פון אייער בריף, איז דאַָס אַ צו גרויסער אונטערשייד אין יאַָרען פון אייך, אויך דאַרפמען אויסגעפינען, וואַָס איז די סיבה, וואַָס דער באַטרעפענדער האַָט ביז איצטער ניט געטאַָן קין שידוך, איידער מ'טוט וואַָס אין דעם, דאַרפמען קלאַָהר וויסען די סיבה, און אויך אַריינטראַכטען זיך אין דעם אונטערשייד פון די יאַָרען, וועלכעס האַָט פיל צו זאַָגען, און אין דער שטאַָט וואו דער באַטרעפענדער געפינט זיך, האַָט איר זיכער פריינד וועלכע וועלען האַָפענטליך קענען אייך אַרויסהעלפען אין דעם.
צו אייער שרייבען וועגען פרנסה, אז איר פירט אַ געשעפט, אַָבער איר זייט ניט אינגאַנצען צופרידען פון עם,
בכלל אין אונזער צייט, איז ניט ראַטזאַם אַָפלאַָזען אַ זאַך פון פרנסה וועלכעס גייט אַָן און האַָט שוין פראַקטיקע, און דער געשעפט איז שוין איינגעפירט, אַזוי לאַנג ווי מ'האַָט ניט צו אויסבייטן אויף אַ סאַָלידע פעסטע זאַך, וועלכעס איז ניט גרינג צו געפינען אין אונזער צייט, וואַָס פילע באַדינגונגען בייטען זיך פון טאַָג צו טאַָג און פון וואַָך צו וואַָך.
אויך איז דאַָס בייטען אַ געשעפט, ניט קיין מעלה צו אַ שידוך וואַָס זיכער קוק[ט] מען נאַָך אַָדער מ'פרעגט נאַָך, און עס מאַכט אַ גוטען איינדרוק ווען אַ געשעפט גייט אַָן מערערע יאַָרען, איידער מ'לאַָזט אַָפ אַ אַלטען געשפעט און מ'פאַרנעמט זיך מיט אַ נייע זאַך.
און דער עיקר לויט דעם אַָנפאַנג פון אייער בריף, איז העכסט וויכטיג, אַז די טאַָג טעגליכע אויפפירונג זאַָל זיין אין איינקלאַנג מיט די אַָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און דאַָס אַָפהיטען אירע מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם, וועלכעס איז נויטיג אין אַלע צייטען און אין יעדער אַָרט, און בפרט ווען מען געפינט זיך אין אַ לאַגע וואַָס מען נויטיגט זיך אין אַ ספעציעלע ברכה והצלחה פון השם יתברך צו ענטשיידען אַזאַ העכסט וויכטיגע פראַגע, ווי אייערע איצטער.
עס וואַָלט געווען אַ גלייכע זאַך, אַז יעדער וואַָכען טאַָג אין דער פריה זאַָלט איר געבען עטליכע מטבעות אויף צדקה, - פאַרשטענדליך אַז דאַָס דאַרף זיין בלי נדר -
בברכה לבשורות טובות בכל האמור.
ח'רלד
גרויסער אונטערשייד: ראה גם לעיל ח"ז אגרת ב'מב.


Start a Discussion