ב"ה, ח"י אייר, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ רב פעלים ובעל מדות מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

באַשטעטיג די עהראַלטונג פון אייער בריף פון ז' אייר מיט די גוטע בשורות,

א) פאַרגרעסערונג פון צאָל תלמידים שי' אין בית ליובאוויטש און אויך די אָרגאַניזירונג פון אַ מנין.

ויהי רצון, עס זאָל מקויים ווערן אין דעם, שכר מצוה מצוה, אַז עס זאָל צוקו[מע]ן נאָך און נאָך, געמיינט - פאַרגרעסערונג אין כמות, מערצאָל תלמידים-ות, און אויך אין איכות, סטאַנדאַרט פון לערנען, און די ווירקונג וואָס דער לערנער דאַרף בריינגען, צו טהאַט זאַכן, וכמאמר גדול תלמוד שמביא לידי מעשה.

ב) פון דער בעס[ע]רונג אין געזונט צושטאַנד פון אייער פרוי שתליט"א, ויהי רצון, אַז לויטן פתגם פון רבותינו נשיאינו, זאָל עס גיין פון גוט צו נאָך בעסער, און ס'איז דאָך באַוואוסט דער פסק דין, היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא (רמב"ם הלכות דיעות ריש פרק ד').

ג) ואחרון אחרון חביב, אַז אייער טאָכטער שתליט"א געפינט זיך אין אַנדערע אומשטענדן, והשי"ת ימלא ימי הריונה כשורה, ובנקל, ותלד זחו"ק בעתה ובזמנה כשורה ובקל.

און אַזוי ווי מיר געפינען זיך אין דעם ליכטיקן טאָג פון ל"ג בעומר, וואָס דער נייעס פון דעם טאָג איז, צו אַראָפבריינגען דעם סתים ופנימיות אין גליא (דאָס טיפסטע באַהאַלטענע - אין עפענטליכקייט), זאָל אויך אַזוי, אַלעס גוטס וואָס הקב"ה גיט יעדערן בתוך כלל ישראל, אַראָפגענידערט ווערן בגלוי למטה מעשרה טפחים.

און דער זכות פון אייער התעסקות בהפצת המעינות במדינתם, ובפרט אין בית ליובאוויטש, זאָל אייך ביישטיין צו אַ צוגאָב ברכה והצלחה אין דאָס אַלץ אויבן געזאָגטע.

המצפה לבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ח'קצ

נדפסה בקונ' „צדי"ק למלך" ג ע' 93.

מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.