ב"ה, אסרו חג הפסח, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין יערלעכן דינער
פון מוסד חנוך אהלי תורה
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים, שטיצער און פריינט פון מוסד חנוך אהלי תורה, און ווינטש דער אונטערנעמונג גרויס ערפאלג אין אלע הינזיכטן.

קומענדיק ערשט פון די טעג פון פּסח, וועלכער אונטערשטרייכט און לייגט דעם טראפּ אויף דער ערציאונג פון אידישע קינדער און וואס, גלייך באם אנהויב יום טוב, ווערט פּראקלאמירט, אז כנגד ארבעה בנים דברה תורה - תורה רעדט און גיט זיך אפּ מיט יעדער אידיש קינד, פון דעם בן חכם ביז דעם שאינו יודע לשאול, און

געפינענדיק זיך אין די טעג פון ספירה, וועלכע דריקן אויס די בענקשאפט און תשוקה פון יעדער אידן צו קבלת התורה והמצוות,

זאל השם יתברך געבן, אז די השפּעה פון די אויבענדערמאנטע טעג זאל אריינברענגען א פארשטארקטען אינטערעס און א נייע אויפלעבונג בא אלע אנטיילנעמער, שטיצער און פריינט פון דעם מוסד חנוך אהלי תורה, אויף דורכצופירן אין לעבן די דערמאנטע אנווייזונגען, און מיט פארגרעסערטע כחות און אויסגעברייטערטער טעטיקייט, שטארקן און אויסברייטערען דעם מוסד חנוך על טהרת הקדש און דערמעגלעכן אים צו ערציען וואס מער תלמידים אין אהבת השם, אהבת התורה און קיום המצוות בהידור.

און דער אויבערשטער וועט זיכער שיקן זיין ברכה, און אויך אין א פאגרעסערטער מאס, יעדן איינעם און איינער, אין אלעס וואס זיי און זייערע בני בית שיחיו נויטיקן זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכת הצלחה.

מנחם שניאורסאהן

ז'תרל

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 253 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

לייגט דעם טראָפּ: ראה שלחן ערוך לרבנו הזקן סימן תע"ב בתחלתו: והתורה אמרה כו'. וברמב"ם הל' מצה פ"ז ה"ב: מצוה להודיע לבנים כו' שנאמר כו'. ולפ"ז מובן לשון המכילתא (הובא בסהמ"צ להרמב"ם מ"ע קנ"ז) „אין לי אלא בזמן שיש לו בן" - דלכאורה יתור לשון הוא. וק"ל.

אידישע קינדער: מעוררין למעלה הענין דכי נער ישראל ואוהבהו, כתוב המדבר בזמן דיציאת מצרים (ראה שיחות חה"פ תש"ד. כן בסידור האריז"ל בענין וכאן הבן שואל).

פון יעדער אידן: ראה שו"ע לרבנו הזקן סימן תפ"ט בתחלתו.