ב"ה, כ"ח מ"ח, תשכ"א

ברוקלין.

מרת בתי' תחי'
מרת לאה תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ג חשון אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער כוונה און רצון צו גרינדען אַן ארגון נשי חב"ד במחנם הט'.

און חאטש דער ערשטער פרוב איז ניט (אינגאצען) געלונגען, בין איך אָבער זיכער אז איר וועט זיך ניט אָפּשרעקען און נאך אמאָל צונויפריידן זיך טאָן אין דעם, און השם יתברך זאָל העלפען איר זאָלט טאָן מיט האַרציקייט און וואַרימקייט וועט דאָס געפינען אַ אָפּקלאנג און וועט מצליח זיין.

פאַרשטענדליך אַז דער צוגאַנג און דער אינהאַלט פון די רייד, איז ניט אומעדום דאָס זעלבע, וואָרום עס ווענדעט זיך אין די מענטשן וועלכע געפינען זיך אין דעם אָרט, און דעריבער איז גוט צונויפריידן זיך פריער צווישן זיך און אויך מיט אייערע מענער הרבנים שיחיו, וועלכע קענען דעם צושטאַנד און קענען געבן אַ עצה ווי צו-צוטרעטען אין אַ אופן צו פאַראינטערעסירן די פרויען און צוציען זיי, אַז עס זאָל האָבען אַ קיום ואדרבה עס זאָל וואַקסען און גרעסער ווערען פון צייט צו צייט.

און וויבאַלד אָט די אַרבעט איז העכסט וויכטיג אומעדום און אין אַ גרעסערע מאָס נויטיגער אין די ערטער וואו עס קומען אָן נייע עולים, און מ'דארף פאַרזיכערען אַז זיי זאָלען איינשטעלען זייער אָרט לעבען אויפ'ן אידישען וועג און בפרט בארצנו הקדושה ת"ו אויף וועלכער עס שטייט, עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה,

זאָל השם יתברך העלפען עס זאָל זיין לויטן פתגם רז"ל יגעת ומצאת, און מיר גייען דאָך אַריין אין דעם חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה.

בברכה להצלחה בהנ"ל ולבשו"ט.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ז'תפב

מרת בתי' תחי': מינסקי, קרית גת.

מרת לאה תחי': אבלסקי.