ב"ה, י"ט חשון, תשכ"א
ברוקלין.
מרת קעניא תחי'
ברכה ושלום!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון אור ליום ג' ראשי פרקים פון דער ארבעט פון נשי חב"ד אין דעם עבר און אויך די סברות וועגען דער ארבעט בעתיד.
השם יתברך זאָל העלפען עס זאָל [זיין] בהצלחה און אין אַ אופן מוסיף והולך, גאָר כפשוטו, צו ציען און אריינבריינגען וואָס מער פרויען חבירות, און נעמענדיק אין אַכט אַז יעדער חבירה, איז דאָס נאָך אַ הויז און משפחה, איז דאָך פאַרשטענדליך אַז יעדע באמיהונג און אנשטריינגונג אין אַ אופן פון יגיעה, זיינען אויך ווערט, און נעמענדיק אין אַכט אויך אַז מ'קאן האָפען אַז די אנשטריינגונג וועט זיין פיל גרינגער, ווי מ'שטעלט זיך פאָר.
און וויבאַלד אַז לויט ווי באַוואוסט תורת הבעל שם טוב ז"ל אַז אַלץ איז בהשגחה פרטית, און אייער בריף איז אָנגעקומען און ווערט אויך געענטפערט ערב כ' חשון, וואָס כ' חשון איז דער יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב אביו של כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס דעם יאָר ווערט הונדערט יאָר, און ווי דער ענין ערקלערט זיך בתורת החסידות [אויף דעם אָנהויב פון דער היינטיגער סדרה וואָך, ויהיו חיי שרה מאה שנה וגו'] זאָלען די הוראות פון בעל יום ההולדת לייכטען און צוגעבען וואַרימקייט און ליכטיקייט אויך אין אייער אויבען געזאָגטער אַרבעט.
בברכה לבשו"ט בכל האמור ובעניני' הפרטים.
ז'תע
מרת קעניא: דערן, פיטסבורג.
ווי דער ענין . . בתורת החסידות: ראה גם אגרת הבאה.


Start a Discussion