ב"ה, ט"ז כסלו, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו'
מו"ה אליעזר יחיאל שי'

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באקומען א גרוס פון איך דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מו"ה זלמן שי' יפה. דער פ"נ וועט געלייענט ווערן אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בעת רצון, לרפואה שלימה ולהמצטרך בגו"ר. ויהי רצון אז איר זאָלט האָבן גוטע נייעס צו שרייבן.

בפרט אז מיר געפינען זיך אין די ימי סגולה פון דעם חודש כסלו, מיט דעם יום הגאולה פון אלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך, און די ימי חנוכה מיט ועל הנסים כו'.

אויך איז היינטיקס יאָר בכלל א סגולה יאָר, ווען עס ווערט 200 יאָר זינט די הסתלקות-הילולא פון בעל שם טוב, וואָס ווי עס שטייט אין ספרים ווערט אין דער צייט פון הסתלקות אנטפלעקט אין א פארשטארקטער מאָס די גרויסע ליכטיקייט פון בעל ההילולא.

זעלבסטפארשטענדליך איז דער ענין פון דערמאָנונג און זכרון בא אידן אז עס זאָל זיין נזכרים ונעשים, ד.ה. אז עס זאָל אראָפ במעשה בפועל אלץ ווי עס דארף אָפגעטאָן ווערן אונטערן איינדרוק און השפעה פון דעם ענין.

עס איז באוואוסט, אז דער בעל שם טוב האָט אָנגעהויבן זיין הייליקע ארבעט, אלס באהעלפער, טראָגנדיק אויף די הענט קליינע קינדערלעך אין חדר, און לערנען מיט זיי ברכות, קריאת שמע, אמן, יש"ר, אד"ג. גלייכצייטיק האָט דער בעל שם טוב אנטפלעקט און געלערנט די טיפסטע און אינערלעכסטע ענינים אין תורה און פנימיות התורה, ווי זיי דארפן זיך אויסדריקן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אויפן יסוד פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

השם יתברך זאָל געבן, אז יעדער איינער פון אונז זאָל ממשיך זיין די אלע אויבנדערמאָנטע ענינים אין טאָג-טעגלעכן לעבן אין דער פולסטער מאָס, וואָס דערמיט שאפט מען אויך די צנורות וכלים אראָפצוברענגען די ברכות השי"ת אין דער פולסטער מאָס, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה

ז'קיט

מו"ה אליעזר יחיאל: מנדיגורסקי.