ב"ה, כ' מ"ח, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף, אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דער הצעה, צו זיין בודק און שפעטער א שוחט אין האמילטאן.

בכלל פירט זיך, אז איידער מען ווערט א זעלבסט שטענדיגער שוחט, אין א שטאט וואו עס זיינען ניטא מער קיין אנדערע שוחטים, דארפמען פריער זיין א שוחט בפועל מיט נאָך שוחטים מומחים. חאָטש מען האט געלערנט דעם דין מפי ספרים ומפי שוחטים, און אביסעל פראקטיקירט אויך, קומט דאָס אָבער ניט, צו זיין א שוחט בפועל (ד.ה. נעמען אליין א משרת שו"ב), ווארום אין חכם כבעל נסיון. און אפילו אין א ארט וואו מען שעכט נאר אויף גלאטע, קען מען ניט פאָראויסזעהען, וואָס פאר שאלות און ספיקות עס קען אונטערקומען. און דעריבער דארפמען נאָך זיין מיט די שוחטים אין מאָנטרעאל און צוקריגען מער פראקטיקע, וועלכעס זאָל זיין גענוגענד אויף צו זיין א זעלבסט שטענדיקער שוחט אין א שטעטל. און אויב עס איז א ספק, איז דאָך באוואוסט אז, שב ואל תעשה עדיף. און בפרט אין אן אחריות'דיק ענין ווי דער אויבען געזאָגטער, און השם יתברך זאָל דיך פירען באופן הטוב לפניו בכל האמור.

בברכה לבשו"ט.