ב"ה, י"ג מרחשון, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די פרויען אפטיילונגען
פאר די "בית רבקה" סקולס
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו הערען וועגן דער גוטער ארבעט פון די פרויען לטובת די "בית רבקה" סקולס, און בפרט וועגען די פאָרשטייענדע אונטערנעמונגען - דער יערלעכער לאָנטשאָן, די חנוכת הבית פון דער קראונהייטס אָפטיילונג, און די אונטערנעמונג פון דער וועסט-סייד אָפטיילונג.

איך האָף, אז די אלע אונטערנעמונגען וועלן פארשטארקען און אויסברייטערען די אויפטואונגען פון די חשובע פרויען אָפטיילונגען פאר די בית-רבקה סקולס, אין איינקלאנג מיט דער פאראָרדענונג פון אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, - מעלין בקודש - צו שטייגען אין הייליגע ארבעט, בפרט אזא הייליגע ארבעט ווי דער חינוך הכשר על טהרת הקדש פון די בית רבקה סקולס.

אין דער היינטיגע סדרה און אין די קומענדע סדרות, דערציילט אונז די תורה הק' וואָס עס האָט פאסירט מיט אונזערע אבות און אמהות. די חכמים, זכרונם לברכה, זאָגען, אז "דאָס וואָס עס האָט פאסירט מיט די אבות איז אן אָנדייטונג פאר די קינדער". אין דעם גייט אריין, נאטירלעך, אויך דאָס וואָס עס האָט פאסירט מיט אונזערע אמהות, שרה, רבקה רחל און לאה. זייערע נסיונות און זייער איבערגעבענהייט אויפצושטעלען דורות פון טרייע אידישע קינדער, בני ובנות אברהם, יצחק, יעקב, שרה, רבקה, רחל ולאה - זיינען אן אָנדייטונג און לערנונג פאר אלע אידישע פרויען, בפרט פאר די פרויען פון אונזער דור. די פראקטישע לערע דערפון איז, אז ווען עס ווייזט זיך ארויס אז עס זיינען דאָ שוועריקייטען, אָדער אפילו שטערונגען, איז דאָס א זיכערע זאך, אז דאָס זיינען בלויז נסיונות, פרואופונגען ("טעסטס"), וואָס דער אויבערשטער שטעלט א אידען, כדי ארויסצורופען בא אים, אָדער בא איר, גרעסערע כוחות און אפילו באהאלטענע כוחות אויף בייצוקומען די שוועריקייטען, וועלכע זיינען לכתחילה געמיינט בייגעקומען צו ווערען. עס פאָדערט זיך בלויז דער שטארקער ווילען, ווייל דער אויבערשטער האָט שוין פריער געגעבען די נויטיגע כוחות דערצו, צו דערפילען יעדער איינער און איינע זיין-[איר]ע אויפגאבע. זעלבסטפארשטענדלעך, אז צו דערפילען די אויפגאבע איז דער גרעסטער זכות און אמת'ער גליק פאר יעדער איינער בפרט, זיי און זייערע פאמיליעס, און געבענטשט צו ווערען פון השם יתברך פון זיין פולער האנט, מאטעריעל און גייסטיג, אין אלעס אין וואָס מען נויטיגט זיך.

בברכה והצלחה אין דער ארבעט.

ו'תקנג

נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 203 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.