ב"ה, י"ב טבת, תשי"ז
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט די פאָרזעצונג אין די ענינים וועלכע מיר האבען גערעט חנוכה ערב ראש חדש, און פרעגט א עצה וואָס צו טאָן.
איר מאכט אזויפיל ספיקות און אזויפיל סברות אויף ניט. און דא איז מען ארויסגעפארען פון חדש כסלו און חנוכה און אריינגעגאנגען אין חדש טבת, אז מיר איז איצטער שווער צו זאגען וואס אין דעם, און ווי באוואוסט אז מען דארף אריינכאפּען זמנים מסוגלים און אזוי האב איך געזאָגט אויך אין פארזעצונג צו אונזער שמועס אין טעלעפאָן, ויהי רצון אז בעתו ובזמנו אין א גוטער צייט און א גוטען אופן זאל ארויסקומען דאס וואָס מען דארף בטוב הנראה והנגלה ובהרחבה אויך כפשוטה.
בברכה להצלחה מופלגה און זאלט קענען געבען צדקה מיט א ברייטער האנד און מיט א פרייליכער הארץ.


Start a Discussion