ב"ה, ראש חדש שבט, ה'תשט"ו
ברוקלין, נ.י.
אגודת נשי ובנות חב"ד
סניף...
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
אין צוזאמענהאנג מיט דעם יארצייט, הילולא-טאג, פון דעם שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דעם צענטן שבט, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, ווענדע איך מיך מיט דעם פאלגענדעם פארשלאג:
אין ביך זיכער, אז עס איז איבעריג מאריך צו זיין וועגען דעם שעת הכושר ועת רצון, וואס דער טאג שטעלט מיט זיך פאָר פאַר אלע אנ"ש און חסידים, וואס, זעלבסטפארשטענדליך, זיינען נשי ובנות חב"ד בכלל זה.
עס זיינען באוואוסט די האפונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און זיין שטרעבונג, אז נשי ובנות חב"ד זאלען נעמען אן אקטיווען אנטייל אין דער ארבעט פון פארשטארקען און פארברייטערען די חסידישע לעבענספירונג און די חסידישע ערציהונג - בא זיך אין הויז - און אויך אין דער גאנצער סביבה (אומגעבונג),
וואס דאס איז אויך געווען איינע פון די הויפּט סיבות, וואס ער האט, נאך מיט פילע יאהרען צוריק, אנגעהייבען ארויסגעבען שיחות און לקוטי דבורים אין אידיש דוקא,
וואס אין זיי געפינען זיך ידיעות, אנווייזונגען און הנהגות אויך פאר נשי ובנות חב"ד, ענינים וועלכע זיינען א יסוד אין א חסידישען לעבן בפרט און אין א אידישען לעבן בכלל.
דברי צדיקים זיינען חיים וקיימים לעד - אייביג.
וויבאלד דאס איז געווען זיין שטרעבונג און האפנונג, ווירקט דאס אויך איצטער, אז ווען מען גרייט צו די פּאסענדע צנורות וכלים, ווערט געגעבען פון אויבען א ספּעציעלע הצלחה, אז די ארבעט זאל זיין מיט גרויס ערפאלג.
דערפאר לייג איך פאר:
אין דעם הילולא-טאג - עשרה בשבט - (אדער אין א פּאסענדען טאג - נאהענט צו דעם טאג), זאלען זיך אלע חברות פון אייער סניף צוזאמענקלייבען,
- אויך זאל מען איינלאדען פרויען ניט חברות, אבער וואס אידישקייט איז זיי נאענט און טייער -
מען זאל פארלערנען פאר די פארזאמעלטע, צוגעפּאסטע שטעלען פון די כתבים ושיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, ווי אויך דערציילען פון זיין לעבן און מסירות נפש פאר אידישקייט תורה ומצות, און דאס זאל אויסגעניצט ווערען און מיטהעלפען אין דעם הויפּט ציל פון דעם צוזאמענקומען זיך,
א צוגאב אין תוספות-התעוררות און אנשטריינגונג אין דער ארבעט פון אגודת נשי ובנות חב"ד אויף די פערשידענע געביטען פון החזקת היהדות בכלל והפצת החסידות הדרכותי' ומנהגי' בפרט. און ספּעציעל - אין די ענינים וועלכע זיינען נוגע נשי ובנות חב"ד ביחוד, וועגען וועלכע עס איז שוין געשריבען געווארען מעהרערע מאל.
און דער אויבערשטער זאל העלפען, אז אלע גוטע החלטות (באשלוסען) זאל אראפּקומען אין א בפועל - אין טאהט זאכען, און דאס זאל זיין אן שוועריקייטן און מיט פיל הצלחה.
בברכה - המחכה לבשו"ט,
מ. שניאורסאהן
ג'רמג
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 226.


Start a Discussion