ב"ה, ו' ערב שבת קדש פ' כי תשא, ה'תשכ"ב
ברוקלין, נ.י.
צום יערלעכן באַנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראַָנזוויל און איסט ניו-יאַָרק פאַר די ליובאַוויטשער ישיבות „תומכי-תמימים"
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באַנקעט וואַָס קומט פאַָר זונטאַָג אי"ה,
שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו אַלע אַנטיילנעמער שי' און דער אינערלעכער האַָפנונג, אַז די אונטערנעמונג וועט האַָבן דעם פאַרדינטן דערפאַָלג, סיי פינאַנציעל און סיי גייסטיק.
אַזוי ווי באַ אידן איז אַ מנהג צו פאַרבינדן אַלע וויכטיקע געשעענישן מיט דער וועכנטלעכער סדרה, וויל איך זיך פאַררופן אויף דעם אַָנהויב פון דער סדרה וואַָס עס ווערט געלייענט היינטיקן שבת, וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון מחצית-השקל. דער מדרש דערציילט, אַז משה רבינו האַָט זיך געוואונדערט, ווי אַזוי אַ זילבערנע מטבע וואַָס אַ איד באַשטייערט צום משכן, קען האַָבן אַזאַ גוואַלדיקע קראַפט, אַז דאַָס ווערט אַָנגענומען אַלס „כופר נפש" - אויסלייז-געלט און כפרה (פאַרגעבונג), פונקט ווי מ'וואַָלט דאַָס לעבן אַליין געגעבן דעם אויבערשטן. האַָט דער אויבערשטער געוויזן צו משה רבינו אַ פייערדיקע מטבע (מטבע של אש) און האַָט אים געזאַָגט: „אַָט אַזאַ זאַך זאַָלן זיי געבן" (כזה יתנו).
די דערקלערונג דערפון איז:
כאַָטש געלט איז אַ גשמיות'דיקע זאַך, איז אַָבער ווען אַ איד גיט צדקה פאַר אַ הייליקן צוועק, ווי אַ משכן אַָדער אַ ישיבה, און גיט עס ווי עס באַדאַרף צו זיין: אין דער פולער מאַָס, מיטן גאַנצן האַרצן און מיט אמת'ער פרייד און מיט ברען - פאַרבינדט ער דאַָס מיטן פייער פון זיין ג-טלעכער נשמה, אַזוי אַז אפילו אַזאַ פשוטע און גשמיות'דיקע זאַך ווי געלט, ווערט אַ פייערדיקע הייליקע זאַך און באַקומט די ג-טלעכע קראַפט פון „כופר נפש".
די אַרבעט פון די ליידיס אַקזילערי צו העלפן שאַפן די „מטבע של אש" פאַר „תומכי תמימים" דאַרף באַלעבט ווערן פון דער באַטייליקונג פון די אידישע פרויען אין דעם בויען פון דעם משכן, ווען די אידישע פרויען האַָבן זיך באַזונדערס אויסגעצייכנט מיט זייער איבערגעבנהייט און מסירות-נפש, און האַָבן געדינט אַלס לעבעדיקער ביישפיל פאַר אַלעמען.
השם יתברך זאַָל בענטשן אייער אַרבעט, מיט גרויס דערפאַָלג, אין כמות און אין איכות, און זאַָל שיקן זיין ברכה צו אייך און אייערע בני-בית שיחיו, ווי אויך צו אַלע אַנטיילנעמער און זייערע בני-בית שיחיו, אין אַלץ וואַָס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה לבשורות טובות.
ח'שסו
חלקה נדפס בלקו"ש ח"ב ע' 677 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.
דער מדרש: ראה לקו"ש חכ"ו ע' 229 הערה 2. וש"נ.


Start a Discussion