ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
מוה' אלי' שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען העכסט צופרידען צו באקומען אייער בריף פון מוצאי יום טוב אין וועלכען איר שרייבט ווי עס איז אדורך בא אייך דער יום טוב און בפרט שמחת תורה,

און השם יתברך זאָל העלפען אזוי ווי מיר קומען איצטער פון חדש תשרי, חדש השביעי המושבע בכל טוב לשנת תי"ו שי"ן ח"י, יהי רצון עס זאל נמשך ווערן די שמחה בכל ימות השנה און עס זאָל זיין א געזונטער יאהר און שנת שלום בכל הפרטים. און די אלע ברכות וואָס אידען האבען געבענטשט איינע די אנדערע אין די הכנה טעג צו דעם חדש אין חדש אלול אני לדודי ודודי לי, און אין די טעג פון דעם חדש תשרי, זאָל השי"ת בעל הברכות ערפילען זיי במילואם בטוב הנראה והנגלה, און אין דעם אויך די ברכות פאר אייך ווי ס'איז באוואוסט דער פסק דלמעלה, אז וואָס א חסידות'שער פארבריינגען קען אויפטאָן קען מלאך מיכאל ניט אויפטאָן.

בברכה לבשו"ט בענינים הכללים והפרטים ולפי פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר, צו א געזונטען ווינטער.

ה'תתיג

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 578 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה אלי': שקלובסקי, פתח תקוה. אגרות נוספות אליו - לעיל חט"ו ה'תכה, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'מח.