ב"ה, כ"ט תשרי, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט צופרידענהייט האב איך געלייענט אייער בריף פון כ"ז תשרי אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער גוטער החלטה אייערע מיט די שותפים אייערע שיחיו, בהנוגע צו ענינים פון צדקה, און וויבאלד השם יתברך זאָגט, ובחנוני נא בזאת, וועלכעס איז אויך א לשון של בקשה, אז מ'זאל אים פרובען, ווי ער זאגט פריער אין פסוק, הביאו את כל המעשר וגו' והריקותי לכם ברכה עד בלי די, און חאטש ס'איז דאך א פסק הלכה, לא תנסון את ה', איז אבער צדקה א אויסנאם, אז מ'בעט גאר מ'זאל פרובען, קען מען דאך זיין שטארק אין בטחון אז הקב"ה וועט ערפילען וואָס ס'איז געזאָגט געוואָרען אויף דעם, און וועט קענען אָנזאָגען גוטע בשורות בהנוגע צום פארקויף פון די הייזער און אויך בהנוגע אז איר מיט אייערע שותפים ערפילט אייער באשלוס בשמחה ובטוב לבב.

המחכה לבשו"ט.